הָבָה נֵרְדָה וְנָבְלָה שָם שְפָתָם וגו': עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם, אז שלמה המלך זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין משלי (קפיטל י"ח פסוק כ"א), אז: "הַחַיִים וְהַמָוֶת בְיַד הַלָשוֹן" – אז די "טויט" און די "לעבן" פון א מענטש זענען דאך געוואנדן אין דעם "צונג" פון א מענטש, ווייל אויב א מענטש היט זיך נישט ח"ו זיין מויל, און ער האט א שמוציגע שפראך, און ער רעדט ח"ו: "נִיבּול פֶה" רח"ל, ברענגט ער זיך נעבעך אליין אן דורך דעם כל מיני צרות צרורות עד אין סוף רח"ל.
און די גמרא זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין מסכת שבת (דף: ל"ג ע"א), אז: "שֶכָל הַמְנַבֵל אֶת פִיו" – אז אויב א מענטש רעדט ח"ו: "נִיבּול פֶה" רח"ל, דעמאלט'ס איז: "אֲפִל ו נֶחְּתַם עָלָיו גְזַר דִין שֶל שִבְעִים שָנָה לְטוֹבָה נֶהְפ ך עָלָיו לְרָעָה" – איז אפילו אויב עס איז שוין אפ געשריבן געווארן אויף א איהם א גוטע: "גְזַר דִין" פאר גאנצע זיבעציג יאר רצופות, ווערט דאס אבער נאך אלץ איבער געדרייט אויף איהם צו שלעכט'ס דורך זיין: "נִיבּול פֶה" וואס ער האט דא יעצט גערעדט.
און די גמרא (שבת דף: ל"ג ע"א) זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אויף איינער וואס רעדט: "נִיבּול פֶה", אז: "שֶמַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנֹם" – אז מען מאכט איהם טיפער זיין גיהנם רח"ל, אזוי הארב איז די עבירה פון רעדן שמוציג און אום איידל.
און דער הייליגער פלא יועץ ברענגט דאך אונז שוין טאקע אויך קלאר אראפ די הארב'קייט פון רעדן: "נִיבּול פֶה", און דער הייליגער פלא יועץ זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש, אז: "וְכָזֹאת וְכָזֹאת הֶאֱרִיכ ו רַבוֹתֵינּו זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה בְעֹנֶש הַמְדַבֵר נַבְלּות הַפֶה" וכו', און ער פירט דארטן אויס גאר שארפע ווערטער אויף די סארטן מענטשן וואס רעדן ליידער: "נִיבּול פֶה", און דער הייליגער פלא יועץ דרוקט זיך דארטן אויס אויף זיי דעם לשון אז: "אוֹי לָהֶם מִיוֹם הַדִין"..!
און דער הייליגער פלא יועץ ברענגט דארטן אויך אראפ א פחד'יגע מעשה פון א מענטש וואס האט ליידער גערעדט: "נִיבּול פֶה", און ווי אזוי ער איז נעבעך געשטארבן מיט א "מיתה משונה" וואס איז נאך קיינמאל נישט געהערט געווארן אויף דער וועלט.
און ממילא: "לְזֹאת יֶחֱרַד כָל לֵב", און א מענטש דארף דאך גאר שטארק אכטונג געבן צו שטיין ווייט פון: "נִיבּול פֶה", און נישט ח"ו רעדן אפילו אזא סארט ווארט וואס פארמאגט נאר אין זיך א "ניצוץ" פון: "נִיבּול פֶה", נאר א מענטש דארף זעהן: "לְהַרְחִיק מִן הַכִעּור ומִן הַדוֹמֶה לוֹ", און זיך נישט באנוצן מיט קיין ווערטער וואס האט נאר אפילו א "שמעק" פון: "נִיבּול פֶה".
און: "שוֹמֵר נַפְשוֹ יִרְחַק מֵהֶן ומִשְמִיעָתָן", ווייל: "כִי פְגִיעָתָן רָעָה", און: "אוֹי לָהֶם לַמְדַבְרִים" – און וויי איז פאר די מענטשן וואס רעדן: "נִיבּול פֶה", און: "וַאֲה ה עֲלֵיהֶם עַל הַשוֹמְעִים וְאֵינָם מוֹחִים" – און וויי איז פאר די מענטשן וואס הערן: "נִיבּול פֶה" און זיי זענען נישט מוחה אויף דעם, ווייל: "אֵל ו וָאֵל ו נִשְרָפִין בְבֵית הַדָשֶן", עד כאן דבריו הקדושים, פחד'יגע ווערטער פון דעם הייליגן פלא יועץ, אבער משא"כ איינער וואס איז: "שוֹמֵר פִיו ולְשוֹנוֹ", איז דאך: "שוֹמֵר מִצָרוֹת נַפְשוֹ".
און ממילא יעצט פארשטייען מיר דאך שוין זייער גוט וואס עס איז דא פָאר געקומען ביי די מעשה פון די: "אנְשֵי דוֹר הַפְלָגָה", ווייל דער אייבערשטער האט דאך דא געוואלט יעצט באשטראפן די: "אנְשֵי דוֹר הַפְלָגָה" פארן וועלן מוריד זיין: "בְמַלְכּות שָמַיִם".
אבער דער אייבערשטער האט דאך דא אויך געוואלט ווייזן פאר די וועלט די הארב'קייט פון רעדן: "נִיבּול פֶה" און די חורבן וואס קען ליידער ארויס קומען פון רעדן: "נִיבּול פֶה", און דער אייבערשטער האט דאך דא אויך געוואלט ווייזן פאר די וועלט וואס דאס מיינט אז: "שֶֹּלא לְדַבֵר נַבְלּות הַפֶה שֶמֵבִיא יְסּורִין וכְליָה לָעוֹלָם" (עיין בפלא יועץ אות כ').
האט דער אייבערשטער דא געזאגט (כביכול), אז לאמיר אראפ גיין דארטן צו די נידריגע מענטשן וואס מאכן זיך דארטן נאריש און זיי רעדן זיך נאך נעבעך איין אז זיי זענען שוין געווארן יעצט גאר גאר הויעך, [ממש אזוי ווי קליינע קינדער וואס גייען ארויף אויף א הויעכ'ע ליידער און שרייען אויס מיט גרויס שמחה אז.. קוק מיר אן, איך בין שוין אסאך גרעסער ווי טאטי].
אבער על פנים.. דער אייבערשטער האט דא געזאגט פארן בית דין של מעלה, אז לאמיר אראפ גיין דארטן צו די נידריגע מענטשן וואס מאכן זיך דארטן נאריש און זיי רעדן זיך נאך נעבעך איין אז זיי זענען שוין געווארן יעצט גאר גאר הויעך, און איך גיי זיי נישט אויס הארגע'נען אין א "מגיפה", ניין ניין ניין, נאר איך גיי זיי דארטן בלויז מאכן א: "וְנָבְלָה שָם שְפָתָם" – איך גיי זיי דארטן בלויז מאכן אז זיי זאלן נאר אן הייבן צו רעדן "שמוציג", און די: "עֲוֹן נִבּול פֶה" אליין.. דאס גייט זיי אויס הארגע'נען, ווייל די: "עֲוֹן נִבּול פֶה" אליין איז דאך שוין אזוי הארב.. אז דאס אליין וועט שוין מאכן די ארבעט מיט זיי דארטן, און דאס אליין וועט זיי שוין אויס הארגע'נען.
און ממילא וועגן דעם שטייט טאקע נישט קיין איין ווארט אין די פסוקים דא אז די: "אנְשֵי דוֹר הַפְלָגָה" זענען "געשטארבן", נאר עס שטייט דא נאר אין פסוק, אז: "וְנָבְלָה שָם שְפָתָם אֲשֶר לא יִשְמְע ו אִיש שְפַת רֵעֵהּו".
און אויב מען פארשטייט זיך נישט איינער דעם צווייטן, דעמאלט'ס איז מען דאך זיכער ארויס געקומען פון דארטן אינגאנצן פארוואונדע'ט און אינגאנצן צו קלאפט און אינגאנצן צו הארגע'ט.
און יא טייערע יודן, דאס וואס: "וְנָבְלָה שָם שְפָתָם" – דאס וואס זיי האבן ליידער גערעדט דארטן: "נִיבּול פֶה", דאס האט ליידער גורם געווען אז: "לא יִשְמְע ו אִיש שְפַת רֵעֵהּו" – דאס האט ליידער גורם געווען די גאנצע חורבן דארטן.
און די ווערטער: "אנְשֵי דוֹר הַפְלָגָה" [מיט די צוועלעף אותיות מיטן כולל] – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "עֲוֹן נַבְלּות הַפֶה" [מיט די דריי ווערטער], ווייל יא טייערע יודן, די גרעסטע חורבנות קומט ליידער ארויס פון: "עֲוֹן נִבּול פֶה", ווייל: "עֲוֹן נִבּול פֶה" הארגע'ט דאך ליידער אויס פון די שענסט'ע און בעסטע אויב איז מען נישט מוחה אויף דעם.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון: "הָבָה נֵרְדָה וְנָבְלָה שָם שְפָתָם" וגו', ווייל די ווערטער: "נָבְלָה שָם שְפָתָם" [מיט די דריי ווערטער מיטן כולל] – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "אנְשֵי דוֹר הַפְלָגָה עֲוֹן נִיבּול פֶה הָרְגָם", ווייל יא ר' יוד, די גרויסע הארבע עבירה וואס רופט זיך: "נִיבּול פֶה"..! דאס האט ליידער געהארגע'ט די: "אנְשֵי דוֹר הַפְלָגָה", און דאס האט ליידער געברענגט אויף זיי אזעלכע שווערע: "יִסּורִים קָשִים ומָרִים עַד שֶיָצְָאה נִשְמָתָם".
ווייל דער אייבערשטער האט דאך דא געוואלט ווייזן מיט דעם פאר די וועלט, אז אויף די גרויסע הארבע עבירה וואס רופט זיך: "נִיבּול פֶה" קומט דאך די שווערסט'ע עונשים וואס עס איז נאר פארהאנען אויף דער וועלט, עד כדי כך איז דער אייבערשטער מקפיד אויף דעם אז א מענטש זאל פארמאגן א ריינע שפראך, און נישט ח"ו רעדן שמוציג און באשמירן דעם: "פַלְטִין שֶל מֶלְֶך" מיט שמוציגע רייד.
ווייל: "נִיבּול פֶה" פארשמירט דאך אינגאנצן די "מויל" פון א מענטש, און אויב די מויל פון א מענטש איז נישט ריין, דעמאלט'ס קען ער דאך נישט אריין קומען אין דעם בית המדרש כדי צו דאווענען פארן הייליגן באשעפער, ווייל די מויל איז דאך אום ריין, און א שמוציגע כלי קען דאך ניט אמאל אריין קומען צום מלך בכלל, ווייל עס האט דאך גאר גאר א שלעכט'ן ריח, און מען קען דאך נישט אריין ברענגען קיין שמוץ אין דעם שיינעם ריינעם: "פַלְטִין שֶל מֶלְֶך".
און די ענין פון: "נִיבּול פֶה" איז דאך א "סתירה" מיט א "יודיש קינד", און די ווערטער: "נִיבּול פֶה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "יַעֲקֹב" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, עס איז: "זֶה לְעֻמַת זֶה עָשָה אֱֹלקִים", און די צוויי זאכן קענען דאך נישט גיין צוזאמען, ווייל אדער ביזטו א "יוד", און אדער רעדסטו: "נִיבּול פֶה" רח"ל, די צוויי זאכן גייען דאך נישט צוזאמען, און ניין ר' יוד, די צוויי זאכן גייען דאך אויס דרוק'לעך נישט צוזאמען..!
ווייל דער הייליגער פלא יועץ זאגט דאך אונז שוין בפירוש, אז דער הייליגער באשעפער שרייט [כביכול] אויס אויף איינער וואס רעדט: "נִיבּול פֶה" אז: "וְלָרָשָע אמַר אֱֹלקִים מַה ל ך לְסַפֵר חֻקָי"..!
און עס שטייט דאך שוין טאקע פון איינער פון די פריער'דיגע צדיקים, אז אויב ווילסטו וויסן "ווער א מענטש איז", זאלסטו דעמאלט'ס קוקען אויף זיין "מויל", דאס מיינט, אז אויב ווילסטו וויסן "ווער א מענטש איז", זאלסטו דעמאלט'ס קוקען "ווי אזוי ער רעדט", אויב רעדט ער איידל און שיין, דעמאלט'ס איז א סימן אז ער איז שיינע ריינע מענטש, אבער אויב רעדט ער חלילה אום איידל, קענסטו דעמאלט'ס זיין זיכער אז עפעס טויג נישט מיט איהם, און דערווייטער זיך פון איהם.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פרשת נצבים (קפיטל ל' פסוק י"ד), אז: "כִי קָרוֹב אֵלֶי ך הַדָבָר מְאֹד" – אז אויב ווילסטו זוכה זיין קונה צו זיין דער הייליגער תורה הק', זאלסטו דעמאלט'ס קודם זיכער מאכן אז: "בְפִיָך" – אז די מויל דיינע איז בסדר.
און בעצם דארף דאך א מענטש זעהן גאר שטארק אכטונג צו געבן אויף זיין מויל, ווייל דאס איז דאך די איינציגסט'ע "שווערד" וואס א יודיש קינד פארמאגט, אזוי ווי חז"ל זאגן דאך אונז שוין טאקע בפירוש (מדרש תנחומא פ' בשלח סימן ט'), אז: "אֵין כֹחֵנ ו אֶלָא בְפֶה" – אז די כח פון א יודיש קינד איז דאך נאר מיט זיין "מויל".
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קמ"ט פסוק ו' און ז'), אז: "וְחֶרֶב פיפִיוֹת בְיָדָם.. לַעֲשוֹת נְקָמָה בַגוֹיִם" וגו', און דאס איז דאך נאר אויב מען היט זיך אפ דעם דיבור ווי עס דארף צו זיין, ווייל נאר דעמאלט'ס פארמאגן מיר דעם: "אֵין כֹחֵנ ו אֶלָא בְפֶה".
אבער אויב מען פארשמירט זיך דאס מויל מיט אום ריינע ווערטער, פארלירט מען דאך דעמאלט'ס דעם גאנצן כח וואס מיר פארמאגן נאר, ווייל: אֵין כֹחֵנ ו "אֶלָא" בְפֶה, און אן אונזער מויל, האבן מיר דאך גארנישט.
אבער מדה טובה מרובה.. ווען א יודיש קינד היט זיך יא אפ דאס "מויל" און דאס "צונג", און ער האלט דאס טאקע באמת הייליג און ריין, ווערט דאך דעמאלט'ס זיין גאנצע: "נֶפֶש" אויס גערייניגט, און זיין גאנצע רוח ווערט דאך איהם דעמאלט'ס הייליג און ריין.
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך אין די ספרים הק', אז וויבאלד משה רבינו האט געהאט אזא ריינע מויל, ממילא וועגן דעם האט ער טאקע געקענט זוכה זיין צו: "פֶה אֶל פֶה אֲדַבֶר בוֹ" – ממילא וועגן דעם האט ער טאקע געקענט זוכה זיין אז ער האט געקענט רעדן מיטן אייבערשטן אליין: "כַאֲשֶר יְדַבֵר אִיש אֶל רֵעֵהּו".
איי פארוואס..?! די תירוץ אויף דעם איז, צוויי ווערטער, און די צוויי ווערטער זענען: "קְדֻשַת הַדִבּור" – ווייל משה רבינו איז דאך געווען אפ געהיטן: "בִקְדֻשַת הַדִבּור", און ממילא וועגן דעם האט ער געקענט זוכה זיין ביי מתן תורה צו דעם: "מֹשֶה יְדַבֵר וְהָאֱֹלקִים יַעֲנֶנ ו בְקוֹל":
און מיט דעם ענדיגן מיר: אז מיר זאלן זוכה זיין אז ווען עס וועט זיין: "אָּסֻרָּה נָּּא" – ווען מען וועט אוועק גיין פון דעם גרויסן התעוררות, זאל אבער נאך אלץ זיין: "וְאֶּרְאֶּה אֶּת המּ רְאֶּה הגָּּדֹל הזֶּּה"..!
תם ולא נשלם! שבח ושירה לאל בורא עולם!