ס'איז דאָ צוויי סאָרט וועגן וויאַזוי מ'קען אָפּלעבן דאָס לעבן, און מיט די זעלבע צוויי סאָרט מהלכים קען מען אָפּלעבן אויך די טעג פון חול המועד.
דער מהלך פון 'לעשן פייערס נאָכאַנאַנד'
איין סאָרט לעבן ווערט אָנגערופן: 'לעשן פייערס' אַגאַנצן צייט. דאָס איז ווען דער מענטש לעבט נישט מיט קיין התבוננות, ער גייט שלאָפן אין מח. דאַן ווען עס געשעט אַ פּראָבלעם, וועקט ער זיך אויף און מ'גייט טראַכטן דערוועגן... אָבער נאָכדעם גייט מען ווייטער שלאָפן. אָ ה, איינער וועקט מיר נאָכאַמאָל אויף, ס'איז געשען אַ פּראָבלעם, גייט ער עפּעס טון דערוועגן, און שפּעטער לייגט ער זיך צוריק שלאָפן. ער ווערט אַביסל עלטער, די משפּחה ווערט ב"ה גרעסער, און ער ווערט פאַרנומען צו לויפן פון איין פייער צו דער צווייטער. ער איז אינגאַנצן אויסגעמוטשעט.. אָן קיין כח. פאַרוואָס? ווייל "איך וויל שוין רוען. איך קען נישט שלאָפן אַזויווי איך וויל. מ'לאָזט מיר נישט שלאָפן רואיג"... אַזויווי איינער וואָס ווערט גערעגט, ווען אַ קינד מאַכט אַ רעש צוויי אַזייגער ביינאַכט, ווייל "איך וויל שלאָפן און מ'לאָזט מיר נישט שלאָפן".
אַזאַ סאָרט מענטש האָט אַ הרגשה, לגבי די אַלע זאַכן וואָס פּאַסירן במשך זיין לעבן, אַז ער איז פול מיט צרות. ער איז אַ 'צדיק ורע לו'... ער וויל זיין אַ צדיק'ל און אָפּשלאָפן דאָס לעבן, אָבער אַגאַנצן צייט מוטשעט מען אים מיט צרות, גג על גג, די מעשה און יענע מעשה, דער קינד און יענע קינד...
ווען אַ מענטש לעבט מיט דעם סאָרט מהלך איז זיין חול המועד טאַקע אַ גיהנום. ווייל יעצט שרייט דער קינד, און דאַן וויינט יענער קינד, און דאָס דריטע קינד איז קיינמאָל נישט צופרידן וויפיל מ'זאָל אים אַלץ טון... און אַזוי גייט עס ווי אַ גלגל החוזר, נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל.
דער מהלך פון 'זיין גרייט צו טון וואָס מ'דאַרף'
אָבער ס'איז אויך דאָ אַן אַנדערע וועג פון לעבן, ווען דער מענטש שטייט אויף אינדערפרי מיט אַ קלאָרע ידיעה: היינט גייט מען דינען דעם רבוש"ע! מ'גייט נישט לעשן קיין פייערס, מ'גייט אַריין אינעם טאָג לכתחלה וואוסנדיג אַז עס גייען אונטערקומען אַלע סאָרט סיטואַציעס און מ'גייט דינען דעם אויבערשטן אויף דעם אופן און אויף יענעם אופן. אויב ס'קומט אונטער אַ געוויסע מצב – נישט אויב', נאר 'ווען" ס'קומט אונטער סיי וועלכע מצב, האָט ער שוין געפּלאַנט דערפון פריער!
עס זענען דאָ צוויי קינדער וואָס העלפן אויף פּסח. איין קינד פרעגט פון די מאַמע: 'וואָס קען איך העלפן?' – מאַך די מילכיגע קאַונטערס. 'איך האָב געענדיגט, וואָס קען איך יעצט טון?' – אפשר זיי מסדר דעם טיש. 'פיין, וואָס קען איך יעצט טון?'... די מאַמע איז צופרידן און דאָס קינד איז צופרידן. נאה להם ונאה לעולם!
דאַן איז דאָ אן אַנדערע קינד וויל נישט העלפן. מ'האָט שוין ענדליך גע'פועל'ט מיט גרויס פּלאָג אַז ער זאָל העלפן מיט איין זאַך, אָבער ווען ער האָט געענדיגט יענע זאַך, האָט ער געענדיגט! ער מאַכט אַ ברכה מיט אַ סיום בשם ומלכות... יעצט דאַרף מען אים נאָכאַמאָל זאָגן: 'קום דאָ, דאַרפסט נאָך העלפן'. אָבער דאָס קינד פּראָטעסטירט: 'איך האָב שוין געהאָלפן!'... אַצינד זענען ביידע אומצופרידן, סיי די עלטערן און סיי דאָס קינד זענען ברוגז.
לעבן דעם חול המועד גליקליך
אַ איד וואָס לעבט ריכטיג, קומט אָנגעגרייט און ער זאָגט פאַר'ן רבוש"ע: 'אָקעי, איך האָב געענדיגט דאַווענען, וואָס דאַרף איך יעצט טון'. זאָגט דער אויבערשטער: 'יאָ, דיין יאַנקעלע פון פיר און אַהאַלב יאָר, גיי לערן מיט אים אַביסל אבות ובנים'. בסדר גמור. דער איד טוט דעם רצון ה'. ער וויל נאָר וויסן וואָס גייט זיין נאָך אבות ובנים? זאָגט אים דער רבוש"ע: 'דו וועסט שוין באַלד זען... ס'וועט געשען פון זיך אַליין עפּעס, און דו וועסט אַליין פאַרשטיין'. אַזוי לעבט דער איד אַגאַנצן חול המועד! יעצט גייט מען דאַווענען מנחה. וואו גייט מען נאָך מנחה? מ'גייט צו די באַבע פון אַן אַנדערע שטאָט. יעצט זיצט מען אין טראַפיק. בסדר גמור!
אָבער אויב דער מענטש איז מחליט נאָך יעדע זאַך צו מאַכן אַ ברכה אחרונה, גייט מען אים מוזן אַרויסשלעפּן הונדערט מאָל אַ טאָג, און דאָס איז טאַקע ממש אַ גיהנום! אָבער ס'איז געוואָנדן אין די אייגענע בחירה פונעם מענטש. מ'קען הנאה האָבן און מ'קען זיך פּייניגן. סייווי גייט מען דיר מוטשן צו טון דיין אויפגאַבע. דו קענסט נאר מחליט זיין אויב דו ווילסט האָבן אַ יום טוב, אָדער אויב דו ווילסט האָבן גיהנום.
אויב מ'נוצט נישט ריכטיג דעם זמן, האָט מען עגמת נפש
ווען אַ מענטש פאַרשטייט דעם כלל אַז דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן די ימים טובים 'להדבק ביראתו ואהבתו ולעסוק בתורתו התמימה' דערהערט ער וואָס דער רבוש"ע וויל פון אים און זיין נפש וועט זיין רואיג און צופרידן. ווייל דער כלל איז אַלעמאָל אַז ווען מ'פירט זיך מיט אַ טאָג, אָדער מיט אַ מענטש, אָדער מיט אַ מצב, מיט'ן ריכטיגן צוגאַנג וויאַזוי מ'דאַרף זיך פירן דערמיט, קלאַפּט עס אַ מחיה. ווען מ'פּרובירט צו נעמען אַ שוואַכן טיש וואָס איז נישט געבויעט צו קענען שטיין דערויף, און מ'שטעלט זיך יאָ אַרויף דערויף, וועט זיך עס צעברעכן. אויב מען טוט די נישט ריכטיגע זאַך, צעברעכט זיך דער מענטש צוזאַמען מיט'ן חפץ.
חול המועד איז געמאַכט געוואָרן: 'צו דינען דעם רבוש"ע'! ס'איז אַ צייט ווען מ'האָט נישט קיין טרדות פון געלט זאַכן און דעריבער קען מען זוכה זיין צו באַקומען נאָך אַ דערהער און נאָך אַ הבנה פון יראת ה' און אהבת ה'. ווייסט ווי געשמאַק ס'איז ווען אַ איד איז זוכה צו האָבן אַ נייע דערהער אינמיטן חול המועד? ס'איז אים איינגעפאַלן אַ הבנה פון קרבת ה' אין זיין יעצטיגן מצב! אַ שטייגער ווי די אויבנדערמאַנטע מעשה פון דעם יונגערמאַן וואָס האָט זיך געכאַפּט אַז השי"ת האָט אים געראַטעוועט פון זיך דרייען אין אַ פּלאַץ וואָס פּאַסט נישט פאר אַ חסידי'שן יונגערמאַן. ס'קען נישט זיין אַ בעסערע חול המועד מעשה ווי דעם!
ביים יעדן מענטש שפּילן זיך אָפּ די זעלבע מעשיות מינימום צען מאָל אַ טאָג חול המועד. דער מענטש האָט נאָר אַ בחירה צי ער וויל הנאה האָבן אָדער פאַרקערט. ער קען זאָגן אַז מ'האָט אים יעצט געפּייניגט, און ער קען טרעפן דעם רבוש"ע אינמיטן חול המועד!