"אהבתי את אדוני את אשתי את בני - ס'איז מיר זייער פיין דאָ' אַלץ קנעכט". אַזאַ מענטש שרייט טאַקע נישט.
ביי יעדע זאַך זעט מען די זעלבע נקודה, אַז אַ מענטש קען מחליט זיין אויב ער איז דאָ נאר אַלץ אַ 'דורכגאַנג', אָדער ער איז דאָ ווייל ער וויל דאָ בלייבן. דאָס זענען איינס פון די סיבות פאַרוואָס מענטשן זענען נישט צופרידן מיט די אַרבעט מיט זייערע בעלי בתים, ווייל ער איז נישט געגאַנגען דאָרט אַרבעטן מיט'ן פּלאַן דאָרט צו בלייבן אויף אייביג. ער איז זייער קלאָר ביי זיך אַז עווענטועל וויל ער פון דאָרט גיין ווייטער, ער וויל זיך אויסלערנען וויאַזוי מ'טוט די סאָרט אַרבעט און נאָכדעם אַליין עפענען... אויב דו ביזט מחליט אַז דו ביזט דאָ אין אַ דורכגאַנג איז דיין גאַנצע הלך ילך אינגאַנצן אַנדערש. דיין צוגאַנג טוישט זיך לטוב ולמוטב. ס'איז נישט קיין עוולה, צומאָל דאַרף מען טאַקע מחליט זיין אַזאַ החלטה, אָבער דאָס איז געוואָנדן אין דער בחירה פונעם מענטש.
דאָס זעלבע קען אַמאָל זיין ביי אַ מנין אין ביהמ"ד, אויב דער בעל תפלה האָט געדאַוונט אַביסל מער פּאַמעליך, דער שחרית האָט גענומען איין מינוט לענגער, ווייל ער איז נישט צוגעגאַנגען גלייך צו חזרת הש"ץ, הייבט זיך אַזאַ רודעריי... דאָס ווענדט זיך אויך צי דו ביזט געקומען 'זיין דאָ' אָדער דו ביזט געקומען 'אַריבערגיין דאָ'. דאָס איז תלוי אין דער אייגענער בחירה. עטליכע מענטשן זענען געקומען צו דעם זעלבן פּלאַץ, אַ חלק פון זיי זענען געקומען מיט דער החלטה אַז זיי ווילן זיין דאָ, אַ חלק זענען געקומען מיט דער החלטה אַז זיי ווילן נאר אַריבערגיין. און לויט דעם זענען די רעאַקציעס אַנדערש.
מ'דאַרף בלויז געדענקן אַז ס'איז אַ דורכגאַנג
זאָגט דער הייליגער מהר"ל: יעדעס מאָל ווען אַ איד איז אין אַ מצב פון צער. וואָס איז דער אמת? דער אמת איז, אַז דאָס איז אַ דורכגאַנג. ווייל דער רבוש"ע שיקט נאר טוב, און יעצט גייסטו דורך אַזאַ מצב כדי צו קענען אָנקומען צו דער קומענדיגע גאולה. דער חתם סופר זאָגט אונז אָט דעם אמת, אַז אין אַלע תקופות דורכאויס די היסטאָריע, ווען אידן זענען געווען אין גלות, איז דאָס בלויז געווען אַ הכנה וואָס האָט געברענגט אַ גאולה. ס'איז נישט געווען אַ פּראָבלעם און נאָכדעם איז געוואָרן אויס-פּראָבלעם, נאר דער פּראָבלעם איז אויך געווען אן אָנהויב פון דער ישועה. אידן אין מצרים האָבן קונה געווען הכנעה און זיי האָבן אַרויסגענומען די ניצוצות. דאָס איז געווען דער אָנהויב פון קבלת התורה און פון די אַלע 'כמה מעלות טובות למקום עלינו'.
דו דאַרפסט בלויז פאַרשטיין אַז דיין צרה איז אַ דורכגאַנג. געדענק אַז דו קענסט נישט אַרויסגיין פון דאָרט אויב דו ביזט מחליט 'להשתקע'. זיי נישט מחליט צו בלייבן דאָרט. זיי נישט ווי די היימלאָזע מענטשן וואָס זעצן זיך אַרויף אויף אַ שטאָטישע באָס, זיי גייען דאָרט שלאָפן מיט זייערע פּעקלעך און מ'וועקט זיי אויף ביי די לעצטע סטאַנציע: "אַנטשולדיגט מ'דאַרף שוין אַראָפּגיין"...
די סכנה פון 'להשתקע במצרים'
צומאָל טרעפט זיך דער איד אין א גלות, סיי מיט אַ שוועריגקייט אין גשמיות, און נאָכמער מיט אַ שוועריגקייט אין רוחניות. צום ביישפּיל ווען ער מוטשעט זיך ברוחניות מיט עפּעס אַן ענין; ער ווייסט נישט וויאַזוי מ'גיט זיך אַן עצה מיט אַ געוויסן סאָרט יצר הרע, וויאַזוי מ'גיט זיך אַן עצה מיט סור מרע: "איך האָב נישט קיין וועג, דער רבוש"ע האָט מיר נישט געגעבן קיין קאָנצענטראַציע צום לערנען, וואָס זאָל איך טון?"
און אַזוי איז דאָ טויזנטער אַנדערע שוועריגקייטן וואָס ער האָט שוין פּרובירט צו טוישן טויזנט מאָל אָן קיין ערפאָלג: "איך בין געבוירן מיט אַזאַ סאָרט נאַטור, יעצט גיי פאַררעכט עס... איך בין 45 יאָר אַלט, איך בין אַזוי, דאָס איז מיין מציאות... איך ווייס נישט וואָס איך טו מיט יענעם פּראָבלעם. די שוועריגקייט האָט נישט קיין עצה"...
אָט דער מהלך המחשבה ווען אַ מענטש איז מחליט אַז ער האָט נישט קיין עצה, דאָס באַדייט אַז זיין גלות איז 'להשתקע שם', ער האָט היינט מחליט געווען אַז ער בלייבט דאָ!
מהלכים וויאַזוי מען אַקצעפּטירט דעם מצב
אָפט איז דער מענטש מחליט אַז: עס איז וואָס ס'איז! קיינער האָט נישט אַלעס, איך האָב טאַקע דעם פּראָבלעם, אָבער וואָס זאָל איך טון? איך בין אַ קלוגער מענטש מיט חכמת חיים און כ'גיי ווייטער אָן מיט'ן לעבן... ס'איז דאָ אַסאַך מענטשן וואָס האָבן ערגערע שוועריגקייטן. וואָס זאָל איך טון? איך זאָל ליגן אין בעט און בלאָזן?
איין טאָג וועט ער זיך מחזק זיין אַז ס'איז כפרת עוונות; דעם אַנדערן טאָג וועט ער זיך מחזק זיין מיט אַ סגולה; אַ וואָך שפּעטער וועט ער אַוועקפאָרן אויף וואַקאַציע כדי צו מסיח דעת זיין; און אַזוי האָט ער אַגאַנצע ליסטע מיט טאַקטיקן צו פאַרגעסן פון דעם צרה, און ווען ס'ענדיגט זיך די ליסטע מאַכט ער הקפות שניות פון די אַלע מהלכים.
אָבער ווען מ'פרעגט אים: "דו האַלטסט אַז ס'גייט זיך אַמאָל טוישן?" זאָגט ער "עס קוקט נישט אויס אַזוי... איך בין שוין גענוג ערוואַקסן צו וויסן אַז אַזוי גייט דאָס לעבן. מיין שלום בית קוקט אויס וויאַזוי ס'קוקט אויס און ס'גייט זיך שוין נישט טוישן... איך האָב שוין אַריינגעלייגט דרייסיג טויזנט דאָלער, איך קום שוין פון דאָרט... איך האָב שוין געהערט אַלע עצות, ס'איז בסדר... איך גיי זיך נישט גט'ן אָבער לאָמיר זיין זייער קלאָר, ס'איז וואָס ס'איז, מ'שטופּט דורך... יעדן ערב יום טוב ווערט אָנגעשטרענגט, ס'איז נאָרמאַל אַזוי, און שפּעטער ווערט אַביסל רואיגער... איך ווייס שוין פּונקטליך דעם סדר וויאַזוי זאַכן אַרבעטן..."
דו דאַרפסט באַפרייען די שכינה הק' פון איר צער!
דער מענטש מיינט אַז ער איז מקבל יסורים באהבה, אָבער דער חתם סופר פרעגט אַ גרויסע קשיא פון אַזאַ איינעם: דו ביזט טאַקע מקבל יסורים באהבה, אָבער וויאַזוי מעגסטו מקבל זיין יסורים באהבה פאר דער שכינה? אַזויווי מענטשן שפּירן צומאָל מאָדנע זיין רואיג און אָננעמען באהבה יענעמ'ס מצב, בשעת יענער ליידט נעבעך, וויאַזוי קען איך זיין פרייליך? אויף יענעמ'ס חשבון מעג איך מקבל זיין יסורים באהבה?
ווען דער מענטש פרעגט צוריק: וואָס זאָל איך טון? איך קען דאָך טאַקע נישט טוישן דעם מצב! זאָגט אים דער מהר"ל: דו ווייסט וואָס דו זאָלסט טון? דו זאָלסט פאַרשטיין אַז דאָס איז אַ סימן אַז דו דאַרפסט עפּעס טוישן אין דיין אייגענע התנהגות. אויב דו האסט מחליט געווען אַז דו ביזט אין דעם מצב 'להשתקע', האָסטו חלילה מצער געווען די שכינה. דיין החלטה דאַרף זיין אַזוי: איך ווייס אַז קען טאַקע נישט טוישן דעם מצב, אָבער איך ווייס אַז איך קען יאָ 'זיך אַליין' טוישן, און דעמאָלט וועל איך אַרויסנעמען די שכינה פון גלות! די שכינה ווארט אַרויסצוגיין פון גלות. קיין שום גלות איז נישט געמאַכט געוואָרן 'להשתקע שם', דער גלות האָט אַ תכלית אַז ס'גייט עפּעס ברענגען!
צי מיינט דאָס אַז דיין צרה גייט זיך טוישן? איך ווייס נישט... מעגליך אַז יאָ, אָבער איין זאַך איז קלאָר, דו וועסט זיכער נשתנה ווערן! אויב דו וועסט מאַכן די נויטיגע שינויים אין דיין רוחניות'דיגע לעבן, וועט זיין אַ ליכטיגקייט צו דעם מצב. עס וועט קענען ווערן אָנגערופן גאולה. אויב דו וועסט זיך טוישן וועט די שכינה אַרויסגיין פון גלות.
אַלעמאָל ווען דו מוטשעסט זיך מיט סיי וועלכע ווייטאָג און קלעם, זאָלסטו וויסן אַז די שכינה הק' איז בצער. וואָס קענסטו טון? דו קענסט טאַקע נישט טוישן דעם מצב, אָבער דו קענסט טוישן דיין האַרץ. דו קענסט זיך מתבונן זיין: "לאָמיר טראַכטן, וואס קען מען טון אַז די שכינה זאָל נישט האָבן קיין צער?".
דו זאָלסט פאַרשטיין אַז דאָס איז אַ סימן אַז דו דאַרפסט עפּעס טוישן אין דיין אייגענע התנהגות
ליכטיג מאכן אין די באהאלטענע פלעצער ברענגט גאולה
מ'קען זוכן און טרעפן
ווען אַ איד מאַכט די ריכטיגע התבוננות, געפינט ער טאַקע פּלעצער אין זיין נפש וואָס ער האָט צוערשט נישט געטראָפן. 'בדיקת חמץ' איז צו זוכן 'בחורין ובסדקין'. דאָס זענען אַזעלכע פּלעצער וואָס מ'דאַרף דאָרט אַריינשיינען מיט אן אור הנר. געוויסע מדות וואָס זענען נישט מסודר; גאוה וואָס איז נישט מסודר; חסרונות וואָס זענען נישט מסודר. צומאָל דאַרף מען האָבן אַן אור הנר, ווייל פון אינדרויסן איז גרינג צו שפּילן, אָבער די אמת'ע אַרבעט איז אינעווייניג. און ווען מ'איז בודק בחורין ובסדקין, קומט אויטאָמאַטיש ישועות, ס'קומט גאולה, ווייל דו ברענגסט דאָרט אַריין אַן אור הנר! דו שיינסט אַריין און ס'ווערט ליכטיג.
ווען אַ מענטש זעצט זיך לערנען אַ דריי-פערטל שעה תורה, אפילו אויף די קלענסטע דרגא פון תורה לשמה, נעמליך ער טוט עס פאַר זיין נשמה: "איך שפּיר אַז מיין נשמה איז הונגעריג, לאָמיר יעצט לערנען. ס'איז מיר אפילו נישט קיין חילוק וואָס פאַראַ מסכתא איז לערן, לאָמיר פּשוט לערנען מיט אַ חברותא, גוט און געשמאַק און אַרויסזאָגן די הייליגע ווערטער פון מיין מויל". ער נעמט אַ גמרא וואָס ער קען שוין מער ווייניגער, ווייל ער קען זיך מער משתעשע זיין דערמיט, איז דען אַ ספק אַז דאָס שיינט אַריין בחורין ובסדקין?
אין פּרשת ויקרא זאָגט דער זוהר הק' אַז 'אורייתא קא מודעא ליה חוביה' - די תורה דערציילט דיר דעם באַהאַלטענעם אמת. די תורה עפנט אויף די לעקטער אַז דער מענטש זאל באַמערקן וואָס ער דאַרף פאַררעכטן. ס'מאַכט אים ליכטיג! ווען אַ איד טוט דאָס, וועט די שכינה אַרויסגיין פון דער צרה, און דעמאָלט וועט דער מענטש אויך אַרויסגיין פון דער צרה. וכל אשר יעשה יצליח.
זעה זיך אַרויס פון דעם טראַפיק!
קומט אויס אַז ווען אַ איד געפינט זיך אין אַ שווערן מצב. זאָל ער וויסן: "אויב איך בין מחליט אַז כ'גיי נישט טוישן מיין התנהגות, האָב איך געמאַכט אַ החלטה פון 'להשתקע שם'. ס'איז מיין אייגענע בחירה!" - זאָג נישט אַז דער אויבערשטער האָט דיר באַשערט דעם מצב. ווייל די שכינה הק' וויל אַז דו זאָלסט יאָ מאַכן אַ שינוי, און אַז דו זאָלסט וויסן אַז דיין יעצטיגן מצב איז בלויז אַ דורכגאַנג!
אַן ערליכער איד דארף אויסקוקן אַזויווי דער חסיד'ישער יונגערמאַן בלע"ז קוקט אויס ביי אַ טראַפיק... ער פייפט, ער רוקט זיך אַריין פון דער רעכטער זייט און דערנאָך כאַפּט ער זיך אַריין פון דער לינקער זייט, ער גייט אַרויס און גייט אַריין... אַזוי דאַרפסטו אויסקוקן, אָבער אויפ'ן ריכטיגן אופן. אַזאַ איד פּרובירט צו גיין אויף דער רעכטער זייט, ער מאַכט אַ שינוי, ער מאַכט אַ קבלה טובה, דערנאָך איז עס טאַקע דורכגעפאַלן, ס'איז געווען צען מאָל מער בושות, אָבער ער הייבט אן נאָכאַמאָל. דער עיקר איז: בלייב נישט זיצן אינעם מצב. זע וואָס דו קענסט יאָ טון! דעמאָלט זאָלסטו וויסן אַז דו ביזט אַ געהאָלפענער.
די שאלה איז: וואָס איז דיין מהלך המחשבה?
דער מהר"ל זאָגט אַ מורא'דיגער חיזוק. ווען אידן זענען געווען אין מצרים, האָבן זיי נישט געקענט אַרויסגיין! די מעפילים האָבן פּרובירן און זיי זענען נישט אָנגעקומען אין ערגעץ. אידן האָבן געוואוסט אַז זיי גייען דאָרט זיין אַ לאַנגע צייט, די שאלה איז בלויז: וואָס האָבן זיי געהאַט אין קאָפּ?!
יעדעס מאָל ווען ווען דו טרעפסט זיך נאָכאַמאָל אין אַ גלות, און דאָס מציאות פּאַטשט אים פּנים אַריין, וואָס איז דיין רעאַקציע? קענסטו זאָגן: "יענער איז אַזאַ אוממענטש... איך האָב נישט קיין ווערטער צו מגדיר זיין וואָס פאַראַ חיה יענער איז"... אָדער קענסטו זאָגן: "איך האָב שוין אַזויפיל מאָל געוואָלט פאַררעכטן, אָבער שטענדיג כאַפּט זיך דער יצר הרע אַריין. איך גיי זיך נעמען איך גיי נאָכאַמאָל פּרובירן. איך ווייס דאך וואָס דער אויבערשטער וויל פון מיר, און אפילו אויב כ'ווייס נישט, גיי איך אָנהויבן מיט דער ערשטער זאַך און דערנאָך וועט זיין הבא לטהר מסייעין אותו".
אויב דיין קאָפּ טראַכט אַז דער גלות איז בלויז אַ דורכגאַנג, וועסטו אַרויסגיין פון גלות! ווייל דו זאָגסט נישט 'אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני'. דו זאָגסט נישט אַז "איך וויל דאָ בלייבן", דו זאָגסט אַז "איך וויל אַרויסגיין"!
דערפאַר זאָגט מען טאַקע פאַר'ן עבד נרצע: 'אוזן זה ששמעה על הר סיני כי לי בני ישראל עבדים' - איך בין ברוגז אויף דיר אַז דו האסט ליב אַ מצב וואָס דאַרף ווען זיין אַ דורכגאַנג מיט'ן תכלית דיך צו פאַררעכטן. דער עבד עברי איז דאָך נישט סתם אָנגעקומען אין זיין מצב. ער האָט גע'גנב'ט. יעצט האַלט מען אים אינמיטן פאַררעכטן, און דערווייל זאָגט ער גאָר אַז ס'איז גוט אַזוי... "ס'איז געוואַלדיג, איך וויל דאָ בלייבן". וואָס טוט מען מיט אַזאַ סאָרט מענטש? מ'קען נישט העלפן איינעם וואָס פאַרשטייט בכלל נישט זיין מצב. ערשטנס דאַרף מען קענען ריכטיג מגדיר זיין דעם מצב.
דער חיזוק ווען מ'געדענקט אַז מ'בלייבט נישט דאָ
דאָס איז נישט בלויז אַ תביעה. נאר ס'איז אַ געוואַלדיגער חיזוק אַז יעדע סאָרט גלות איז בלויז אַ הכנה פאר עפּעס בעסער. דער טעות איז נאָר ווען מען מיינט אַז מ'בלייבט דאָרט.
איינס פון די שווערסטע צייטן אין תלמוד תורה איז דער קלינג נאָך הפסקה אין חדר, ווייל מ'האַלט אינמיטן שפּילן, און פּלוצלינג 'דאָס איז עס', יעצט גייט מען צוריק לערנען... פון וואָס קומט דער פּראָבלעם? דער פּראָבלעם איז אין מח, ווייל מ'האָט לכתחלה נישט אַריינגעלייגט אין קאָפּ אַגאַנצן צייט אַז דער יעצטיגער מצב איז נישט 'להשתקע', נאר ס'איז בלויז 'לגור שם'. דערפאַר איז מען ברוגז און אויפגערעגט.
דאָס זעלבע זאַך איז ווען אַ מענטש ווערט נפטר ל"ע פון דער וועלט. מ'דאַרף אַרבעטן אויף זיך צו געדענקן אַז ווייל די וועלט איז בלויז אַ דורכגאַנג. טאָמער נישט שפּירט דער מענטש באמת: "וואָס הייסט? איך האַלט דאָך דאָ אינמיטן..." מ'דאַרף האָבן אַזויפיל סייעתא דשמיא זיך נישט צו פאַרלירן אין דער לעצטער מינוט, ווייל ס'איז דאָ אַזאַ טיפע הרגשה פון חיים. ס'איז אַ שווערע זאַך צו פארנעמען דעם קלינג פון הפסקה...
די שכינה הק' גייט זיכער אַרויסגיין!
די גוטע נייעס איז אָבער, אַז מ'קען יאָ דערהערן אַז ס'איז 'לגור בארץ באנו'! מ'קען האָבן אַ קלאָרקייט און זאָגן "עס וועט זיכער זיין בסדר". אויב איינער פרעגט דיר: "ווער האָט געזאָגט? אפשר וויל דער אויבערשטער אַז דו זאָלסט זיך פּייניגן? אפשר איז דער מצב באַשערט אַז ס'זאָל בלייבן אַזוי?", זאָגט מען פאר יענעם: עיין בחתם סופר אויף דעם שטיקל פון 'אודך כי עניתני'!
דערהער דעם מהר"ל אַז ס'איז דאָ אַ סדר פון גלות וגאולה! און דערהער אַז ס'קען נישט זיין אַז ס'זאָל אַזוי בלייבן, ווייל די שכינה הק' פּייניגט זיך אויך דאָ, כביכול.
דאָס איז אַזויווי איינער טרעפט זיך שטעקן אויף אַ באָס, צוזאַמען מיט אַ רבי פון אַ גרויסע חסידות. זאָגט ער: "איך ווייס נישט וויאַזוי, אָבער אַזויפיל קען איך דיר זאָגן, דער רבי גייט נישט בלייבן דאָ... מ'גייט זיכער מאַכן אים אַרויסצונעמען פון דאָ. איך האָף נאר אַז מ'וועט מיר אויך מיטנעמען"...
די שכינה הק' גייט נישט בלייבן דאָ! דער רבוש"ע וויל נישט אַז די שכינה זאָל זיין בצער. דאָס גייט נישט בלייבן אַזוי. און אויב אַזוי, בעט דער מענטש אַ תפלה אַז דער אויבערשטער זאָל אים העלפן און ליכטיג מאַכן. אָבער ער זאָגט דאָס מיט אַ הודאה, וואוסנדיג אַז מ'האַלט דאָ אינמיטן אַ וועג פון אַרויסגיין.
בלייב נישט זיצן אינעם מצב. זע וואָס דו קענסט יאָ טון!
דער שוואַכסטער איד קען אויסגעלייזט ווערן
אין יעדן סאָרט צער און גלות פון אַ איד, איז די שכינה הק' בצער, אָבער אין דער נאַכט פון פּסח איז 'חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים', ווי דער אור החיים הק' זאָגט אויפ'ן פּסוק 'קל מוצאם ממצרים', אַז יעדעס יאָר גייען נשמות ישראל אַרויס פון גלות מצרים.
הגה"ק רבי שאול בראך זצ"ל ברענגט אַראָפּ דעם לשון האור החיים (בספרו על הגדה של פּסח 'טוב דברך') הק' און ער לייגט צו אַז דאָס איז טייטש: 'בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו' כאילו הוא יצא ממצרים' – אַז ווען אַ מענטש איז זיך מתבונן אין זיין שווערן מצב אין תורה ויראת שמים, ער איז פאַרשמירט מיט חטאים, זאָל ער גלייבן מיט אַן אמונה שלימה אַז מיט די חסדי ה' קען ער אויך ווערן אויסגעלייזט יעצט פּסח ביינאַכט, פּונקט ווי השי"ת האָט אויסגעלייזט אונזערע עלטערן פון די מ"ט שערי טומאה.
(וזל"ק: אם אדם מתבונן במעמדו הגרוע בענין תורה ויראת שמים שמלוכלך בעוונות ופשעים ומאמין באמונה שלימה שמחסדי ה' גאל אותו גם עתה בליל פּסח כמו שגאל את אבותינו ממ"ט שערי טומאה כשהוציאם ממצרים, אז אפשר לשמוח להודות ולהלל כמו בעת יציאתן ממצרים, וז"ש חייב אדם לראות ואת מעמדו הגרוע עתה, ואז יהיה בכוחו להודות ולהלל כאילו הוא יצא ממצרים ממקום הטומאה וערוות הארץ, כי גם עתה קל מוצאים מטומאת הקליפה.)
אָפּגעזען אין וועלכע שטאַפּל דו שטייסט, אפילו דו ביזט אין שפל המדריגה, איז דער חילוק בלויז צי דו ביזט 'לגור' אָדער 'להשתקע'. דו קענסט זיין אין דעם ערגסטן מצב. אָבער געדענק אַז דאָס איז בלויז אַן אָנהויב פאר אַ גאולה! פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט זיי אויסגעלייזט פון מצרים, וועט ער אונז אויך אויסלייזן און אַרויסנעמען פון דאָ. וויפיל מער מען פאַרשטייט דאָס, אַזויפיל מער וועט דער אויבערשטער אונז טאַקע אַרויסנעמען פון דאָ.
דריי האָבן געשריגן, פינף האָבן געשוויגן...
הר"ר שלום מרדכי רובאַשקין שליט"א דערציילט, אַז דאָס לעצטע יאָר וואָס ער איז געווען פּסח אין תפיסה, איז ער געזיצן ביים סדר מיט נאָך אַכט אידן. פינף דערפון זענען געווען שומרי תורה ומצוות, און די אַנדערע דריי זענען געווען ליידער דערווייטערט. אָבער זיי האָבן געפּראַוועט דעם סדר צוזאַמען.
ווען ס'איז געקומען צום שטיקל פון 'ונצעק', האָט ר' שלום מרדכי געזאָגט פאַר די אידן, אַז ס'איז דאָ אַ גרויסער ענין אַז ביי די ווערטער פון 'ונצעק' זאָל מען זיך אויסשרייען צום רבוש"ע. פּונקט ווי אידן אין מצרים האָבן געשריגן און דער אויבערשטער האָט זיי אויסגעלייזט, קען אונז דער אויבערשטער אויך יעצט אויסלייזן אַז מ'זאָל אַרויסגיין פון תפיסה. ר' שלום מרדכי האָט זיי געזאָגט אַז מ'גייט יעצט שרייען קולות וברקים "אַז די תפיסה זאָל זיך שאָקלן"...
דערציילט ר' שלום מרדכי אַז די אָנוועזנדע שומרי תורה ומצוות זענען נישט מיטגעגאַנגען מיט זיין פּלאַן... זיי האָבן רעאַגירט מיט יאוש: "איך האָב נישט קיין כח, איך קען שוין די אַלע זאַכן, איך האָב שוין צען מאָל פּרובירט, ס'גייט נישט אַזוי, באַרואיגט זיך..." אָבער די אַנדערע דריי אידן האָבן דאָס יאָ אָנגענומען מיט אַ תמימות. אַז מ'הייסט שרייען ביי ונצעק, זענען זיי גרייט צו שרייען... זיי האָבן טאַקע געשריגן מיט קולות וברקים אַז דער אויבערשטער זאל זיי העלפן און אַרויסנעמען.
זאָגט ר' שלום מרדכי, אַז די אַלע דריי אידן – אַריינגערעכנט ער אַליין – זענען טאַקע באַפרייט געוואָרן, אָבער די אַנדערע פינף אידן זענען נאָך ליידער געבליבן אין תפיסה...
שרייען מיט אן אמונה אַז די שכינה הק' וויל אויסגעלייזט ווערן
אודאי ליגט דאָ אַ לימוד פון אמונה, אָבער ס'איז נישט פּשט אַז ביי די צוויי ווערטער פון דער הגדה קען מען מאַכן אַ שפּיל, מען שרייט און עס אַרבעט... דאָ ליגט אַ טיפערע נקודה פון אמונה. וואָס איז טייטש 'ונצעק'? דאָס מיינט אַז איך בין בצער. ווען איינער דארף אַז מ'זאָל אים אַריינלייגן מילך אין זיין קאַווע שרייט ער נישט, אויב יאָ דרייען זיך אַלע אויס: "זאָג, וואָס שרייסטו? קענסט רעדן ווי אַ מענטש?"... פאַרוואָס האָבן אידן אין מצרים יאָ געשריגן? ווייל זיי זענען געווען אין אַ צער, אין אַ גלות. און די שכינה הק' האָט געשריגן: איך קען נישט זיין אין דעם מצב.
ווען אַ מענטש שרייט, ליגט אין דעם אַ מורא'דיגע אמונה: איך ווייס אַז דער תכלית איז, אַרויסצוקומען פון דאָ. איך ווייס טאַקע נישט די וועג אַרויסצוקומען, איך ווייס נישט די וועג וויאַזוי צו פאַררעכטן. אָבער איך ווייס אַז דער רבוש"ע וויל אַרויסקומען. דאָס איז מעורר אַ מורא'דיגע קשר צווישן דעם איד מיט'ן רבוש"ע.
ווי דער הייליגער ישמח ישראל זי"ע האָט געזאָגט אַז אַ איד וואָס גלייבט נישט אַז אין אַזאַ נאַכט קען ער אַרויסגיין פון אַלע זיינע מצוקות איז ער אַ בחינה ווי דער רשע פון דער מה נשתנה. אַ איד דארף האָבן די קלאָרקייט: דער אויבערשטער וויל זיכער טויזנט פּראָצענט אַז איך זאָל אַרויסגיין פון מיין ענגשאַפט. דאָס איז נישט קיין ספק. דער אויבערשטער וויל מיר מטיב זיין. דער אויבערשטער וויל שלימות און ער וויל מיר מטיב זיין אויף אַלע אופנים!
אַ זיכערער געהאָלפענער
ווען דער איד פאַרשטייט דאָס, גייט ער צום קומענדיגן שטאַפּל: אויב דער אויבערשטער וויל דאָס, קומט אויס אַז השי"ת האָט כביכול צער פון מיין יעצטיגן מצב. דעריבער ווען איך בין מתפּלל און איך שריי, איז פּשט דערפון אַז איך בין מתפּלל פאר כביכול. העלף מיר ס'איז אַ טובה פאַר דיר! אַז כ'זאָל קענען פאַררעכטן, כדי אַז כ'זאָל נישט דאַרפן אַריינשלעפּן די שכינה הק' אין מיין מצוקה, דו ווילסט דאך אויך אַז כ'זאָל אַרויסגיין פון גלות!
אָט די אמונה ברעכט דורך אַלע ווענט. עס שלעפּט אַרויס דעם מענטש פון אַלע זיינע 'מצרים'. עפנט זיך אויף פאַר אים אַ דעת צו וויסן וואָס עס דאַרף פאַררעכטן, מיט עצות און מהלכים און כלים צו קענען מצליח זיין. דער איד ווערט אַ געהאָלפענער ממש! מיר דאַרפן מיטנעמען פון דעם פּסח ביינאַכט אָט די אמונה אַז דער אויבערשטער וויל אַז מיר זאָלן אַרויסגיין פון דער מצוקה, און ער וועט אונז העלפן דאָס צו קענען אויספירן בסייעתא דשמיא.