די שכינה הק' איז גרייט צו ליידן, כדי אַז שפּעטער זאָל דער איד באַקומען גאולה
פּסח ביינאַכט ביי הלל זאָגן מיר דעם פּסוק (תהלים קיח, כא): אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה – בפּשטות לערנען רש"י מיט'ן מצודות אַז 'עניתני' איז אַ לשון פון ענטפערן. "איך דאַנק דעם רבוש"ע אַז ער האָט געענטפערט מיינע תפלות און ער האָט מיר געברענגט אַ ישועה."
אָבער דער הייליגער חתם סופר זי"ע טייטשט (דרשות ח"א טו, א) אַז 'עניתני' איז אויך אַ לשון פון 'עינוי – פּייניגן'. דער חתם סופר איז מסביר אַז ווען ס'קומט צו דאַנקן דעם רבוש"ע אויף זיינע חסדים איז דאָס אַ דבר פּשוט. 'אין צריך להודות כל כך על הטוב', ווייל דער רבוש"ע איז דאך אַ טוב ומטיב און ער האָט אַ נחת רוח ווען אַ איד איז ראוי צו באַקומען די טובה. ס'איז כביכול אַזוי געשמאַק פאַר'ן רבוש"ע ווען ער קען טון גוטס פאר אידן. ס'איז גוט 'צו גאָט און צו לייט' ווען אַ איד האָט גוטס.
כדי צו באַקומען גוטס, דאַרף מען ווערן אַ כלי
אָבער בדרך כלל – זאָגט דער חתם סופר – איז דער מענטש נישט ראוי צו באַקומען די טובה, 'עד שיתייסר ביסורים תחלה'. אַ מענטש דאַרף דאָך זיין אַ פּאַסיגע כלי צו קענען זיין ראוי פאר דער טובה, ווייל די טובה קומט פון אַ רוחניות'דיגע מקור, יעדע חסד קומט פון קדושה און פון דעם רבוש"ע, און אויב דער מענטש איז נאָך דערווייטערט, דאַרף ער צוערשט ווערן אַביסל מער ווייעך, אַביסל הייליגער, אַביסל מער מזוכך, כדי אַז ער זאָל טעכניש זין גרייט צו קענען מקבל זיין די טובה.
איידער יעדע 'הויה' דאַרף זיין אַ 'העדר'
דער חתם סופר ברענגט דעם גרויסן כלל אַז צוערשט אַלעמאָל דאַרף זיין 'העדר קודם להויה'. דאַרף זיין אַ גענצליכע ביטול און דערנאָך קען ווערן אַ נייער מציאות. אַזויווי ווען מ'זייעט איין אַ קערנדל אין דער ערד, ווערט עס צוערשט גענצליך קאַליע און צעגאַנגען, און שפּעטער קען עס אַרויסוואַקסן. אין אַלע תקופות איז געווען אַזוי. גלות מצרים איז געווען פאר קבלת התורה און ירושת ארץ ישראל; די צרות פון 'יון' איז געווען פאר אידן האָבן זוכה געווען צו אַ מלוכה ביים בית שני; און דער יעצטיגער ביטערער גלות איז אויך אַ 'העדר' וואָס איז קודם די 'הויה', די גרויסע טובות וואָס וועלן קומען במהרה בימינו.
קומט דאָך אויס – זאָגט דער חתם סופר – אַז דער רבוש"ע וויל אַלעמאָל נאר מטיב זיין. דאָס איז פאַר אים די בעסטע און געשמאַקסטע זאַך כביכול, אָבער טאַקע וויבאַלד ער וויל מטיב זיין, און דער מענטש איז נישט גרייט דערויף, דעריבער דאַרף דער רבוש"ע שיקן פאַר'ן מענטש אַ שטיקל צמצום, אַ זאַך וואָס טוט אים וויי, כדי דאָס זאָל זיין דער 'העדר קודם להויה'.
די געוואַלדיגע שבח והודאה אַז השי"ת איז גרייט צו ליידן – לטובותינו
אָבער דער רבוש"ע איז גלייכצייטיג צוזאַמען מיט'ן איד אין דעם צער! 'עמו אנכי בצרה – בכל מקום שגלו, גלתה שכינה עמהם'. אַלעמאָל ווען ס'איז שווער פאר אַ איד, האָט די שכינה אַ מורא'דיגער צער. דער רבוש"ע איז זיך כביכול מצטער מיט די צער פון אידישע קינדער. 'והן הן גבורותיו' אַז ער ליידט כביכול ווייל ער ווייל קענען נאָכדעם גוטס טון פאַר אידן.
זאָגט דער חתם סופר: 'ואם כן עיקר השבח והודאה על כי עניתני'. דער עיקר וואָס מיר לויבן השי"ת איז אויף דעם וואָס ער איז מסכים צו ליידן כביכול, אַלעס כדי אונז צו קענען מטיב זיין! מיר דאַנקן אַז די שכינה הק' איז גרייט צו זיין בצער, אַלעס ווייל השי"ת וויל אונז אַזוי שטאַרק מטיב זיין און מיר זענען נישט געווען ראוי דעמאָלט צו באַקומען די ישועה, דעריבער זאָגט דער אויבערשטער: "ווייסטו וואָס? איך וועל זיין אין אַ צער, אַלעס כדי פאַר דיר זאל שפּעטער קענען זיין גוט".
אויף דעם דאַנקט אַ איד: - אודך כי עניתני! אַ לשון פון עינוי. איך ווייס וואָס עס האָט געמיינט פאַר דיר רבוש"ע ווען איך בין בצער, דאָס האָט געמיינט אַז דו ביזט אויך בצער, און דו האסט דאָס אַלעס געטון, ווייל דו האסט מיר נאָכדעם געוואָלט מטיב זיין. אויף דעם איז די עיקר הודאה וואָס אַ איד דאַנקט און לויבט.
דאָס איז טייטש 'ותהי לי לישועה: בנוסף צו דעם פּשוט'ן פּשט אַז מ'דאַנקט פאר דער ישועה, ליגט דאָ נאָך אַ כוונה: איך דאַנק דעם רבוש"ע אפילו אויף די שוועריגקייטן, ווייל איך ווייס אַז ס'איז בעצם איז אַלעס 'להיטיבו באחריתו'. איך ווייס אַז אַלעס איז טוב. איך דאַנק השי"ת ווייל איך פאַרשטיי אַז די שכינה הק' האָט מסכים געווען צו ליידן, אַלעס ווייל דער אויבערשטער האָט מיר געוואָלט מטיב זיין!
דער תכלית פון גלות איז די נאָכפאָלגנדע גאולה
אָט די נקודה איז אַ געוואַלדיגע חיזוק. ווען אַ יעדער מענטש איז זיך מתבונן ביים סדר נאַכט, אַז דער גלות איז נאָר אַן אָנהויב פון גאולה. אַזויווי דער שפת אמת זאָגט אַז 'גלות' איז מלשון 'גילוי'. יעדע גלות איז אַ סימן אַז ס'קומט נאָכדעם אַ גאולה. ווי די גמרא זאָגט (ברכות ה, א): שלש מתנות טובות נתן הקב"ה לישראל, וכולן לא נתנן אלא ע"י יסורים: תורה, עוה"ב, ארץ ישראל. דאָס איז דער כלל אַלעמאָל. דער אויבערשטער שיקט אייביג בלויז טוב. די איינציגסטע סיבה פאַרוואָס ס'איז יאָ דאָ מצבים וואָס זענען שווער, איז וויבאַלד ס'האָט זיך געפאָדערט אַ זיכוך, כדי צו מאַכן דעם מענטש אַ פּאַסיגע כלי. די יסורים גרייטן אָן דעם איד, אַזוי קען נאָכדעם קומען אַלע גוטע זאַכן.
דאָס איז נישט סתם אַ חיזוק וואָס מ'זאָגט פאַר'ן מענטש: "וועסט נאָך זען אי"ה, דער אויבערשטער וועט העלפן און שיקן אַ ישועה". נישט אַזוי אַרבעט ער סדר פון דער בריאה. די ריכטיגע וועג איז פאַרקערט: ס'הייבט זיך אן אַז דער רבוש"ע וויל אַלעמאָל מטיב זיין.
די שכינה הק' איז מסכים צו זיין 'עמו אנכי בצרה'
דער רבוש"ע זיצט כביכול מיט'ן בית דין של מעלה און ער זאָגט: "וועמען קען מען היינט מטיב זיין?" דער רבוש"ע קוקט אויף אַ מענטש און ער זאָגט: אָה, ער איז דאָך אַ זיסער איד, איך גיי אים מטיב זיין, אָבער אוי, ער איז נאָכנישט אינגאַנצן ראוי אַז מ'זאָל אים געבן די טובה. נו, וואָס קען מען טון אַז ער זאָל יאָ באַקומען די חסדים? דאַרף מען אים געבן אַביסל הכנעה. מ'וועט אים אַביסל מכניע זיין, אַז ער זאָל זיך אַביסל טוישן. מ'דאַרף אים געבן אַ שטיקל וועק אויף. ער ליגט דאך אין אַ שטיקל דרימל, זיינע מדות זענען פאַרנומען מיט זיך און נישט מיט יענעם. אַ שאָד. ער איז נאָכנישט ראוי צו באַקומען דעם טוב. נו, ווער פון די מלאכים איז גרייט צו געבן אַ שטיקל הילף?
רופט זיך אָן איינער פון די מלאכים: "אָבער ווען אַ איד געפינט זיך אין אַ צער, איז דאך די שכינה הק' אין אַ צער?" זאָגט דער רבוש"ע: "בסדר, ס'איז אויף מיר, אויב נאָכדעם וועט זיין גוט פאר דעם איד, וויל איך דאָס".
שפּעטער כאַפּט דער איד די פּעטש, און ער שרייט, און ער איז ברוגז... אָבער דאָס איז דאָך אַ געוואַלדיגע כפיית טובה. די טענה אויף אים איז נישט בלויז "פאַרוואָס כאַפּסטו נישט אַז דער באַשעפער איז מטיב מיט דיר", די טענה איז נאָך שטאַרקער. די שכינה הק' זאָגט אים: דו ווייסט אַז איך כאַפּ יעצט קלעפּ כביכול? מיינע קלעפּ און מיין צער זענען נאָך מער און שטאַרקער ווי דיינע, און דאָס איז אַלעס בלויז ווייל איך האַלט אינמיטן דיך מטיב זיין! פאַרוואָס פאַרשטייסטו נישט וואָס ס'קומט דאָ פאר? לערן דאָס אָפּ ריכטיג, פיר זיך וויאַזוי מ'דאַרף, דעמאָלט וועט זיין גוט פאר אַלעמען. פאַר דיר, און כביכול פאַר'ן באַשעפער.
ליל הסדר אַנערקענט מען וויפיל השי"ת איז גרייט צו סובל זיין לטובתינו
פּסח ביינאַכט ביים סדר זאָגט אַ איד: איך דאַנק דיר רבוש"ע, אודך כי עניתני ותהי לי לישועה. יעצט ווען איך האָב די ריכטיגע דעת, נאָכ'ן מקיים זיין אַזויפיל מצוות פון סיפּור יציאת מצרים, אכילת מצה, ד' כוסות, קען איך עס זאָגן בפּה מלא: איך דאַנק דיר. איך ווייס אַז איך בין געווען דער וואָס איז פאַרשלאָפן. איך האָב נישט געאַרבעט אויף זיך אין אַלע ערליי תחומים, איך האָב זיך נאָכגעלאָזט און געזאָגט אַז ס'איז פיין, איך האָב זיך געטרייסט מיט אַנדערע זאַכן. דער רבוש"ע האַלט אינמיטן מטיב זיין מיט מיר און איך פאַרנומען צו שרייען אויף אים.
דאָס איז אַזויווי אַ יונגערמאַן האָט באַשלאָסן פאר יום טוב צו ברענגען אַ גאָר טייערע מתנה פאר זיין בני בית. ער לויפט און שלעפּט די מתנה, און אַזוי ווען ער האַלט אינמיטן שוויצן באַקומט ער אַ טעלעפאָן: "וואו ביסטו? וואָס איז מיט דיר? דו האסט נישט קיין שום געפיל פאַר מיר"... מ'קען דערציילן די מעשה פאַרקערט פאר ווער ס'דאַרף... אָבער די טיפע נקודה בלייבט די זעלבע. די שכינה הק' זאָגט פאַר'ן מענטש: איך לייד יעצט צער, אַלעס צוליב דיר, און דו ביזט פאַרנומען זיך צו בייזערן...
כאָטש פּרובירן צו דאַנקן
דער מהר"ל שמועסט אויס אין ספר גבורות ה' פּרק א', אַז לכאורה וויאַזוי קען אַ מענטש קומען דערציילן די הגדה של פּסח? מיר קענען דען זאָגן אפילו מקצת שבחו פון די גרויסקייט פון דעם רבוש"ע? נאר די תשובה איז, אַז מיר קענען עכ"פ פּרובירן נישט צו זיין קיין כפויי טובה.
וואָס איז די גדר פון נישט זיין אַ כפוי טובה? לאָמיר זאָגן אַז ס'איז אַ קבוצה פון הונדערט מתפּללים אין ביהמ"ד, און איך בין מחליט אַז איך גיי קויפן פאר יעדן איינעם עטליכע פונט מצות און איך טייל דאָס אויס פאַר יעדן מענטש פּערזענליך אין שול. איינער איז מכיר טובה מיט אַ שמייכל, אַ צווייטער שיקט אַ בריוו, און אַ דריטער שיקט שוין בלומען מיט אַ גאַנצע זאַך...
דער גדר פון 'כפיית טובה' ווענדט זיך בעיקר לויט דער השגה פון דעם מענטש. אויב דער מענטש האָט געכאַפּט אַז מ'האָט אים געטון אַ טובה און ער זאָגט 'יישר כח' לויט זיין השגה, איז ער נישט קיין כפוי טובה. ווייל דאָס איז זיין באַגרעניצטע השגה. איי, ווען ער וואָלט געהאַט מער שכל וואָלט ער מער מכיר טובה געווען? אָבער ער האָט דאָך נישט מער שכל, און לויט זיין שכל גייט ער כאָטש אין דעם ריכטונג פון זיך באַדאַנקן: "איך דאַנק דיר שטאַרק, איך האָב נישט יעצט קיין געלט, דאָס איז וואָס כ'האָב, איך בין מכיר די טובה און כ'בין נישט קיין כפוי טובה".
דאָס זעלבע זאָגט דער מהר"ל: ווען מיר מ'קוקט אויף די אמת'ע חסדים וואָס השי"ת טוט מיט אונז, איז דאך בזיונות וויאַזוי מיר דאַנקן. דער מענטש זאָגט אַביסל די הגדה, ער זינגט אַביסל און ער טוט אַביסל. האַלאָ, דו האסט נישט אָנגעהויבן כאַפּן וואָס השי"ת האָט געטון צו דיר! אָבער וואָס זאָגט דער איד? אַ כפוי טובה בין איך נישט! ווייל על כל פּנים פּרובירט איך, לויט מיין שכל, צו גיין אויף דעם ריכטונג פון הכרת הטוב!
די טיפע אהבת ה' וואָס ווערט נתעורר וואוסנדיג אַז 'עמו אנכי בצרה'
ביים סדר נאַכט איז מען מתקן דעם חטא עץ הדעת
ביז יעצט האָט מען איבערגעזאָגט דעם חתם סופר מיט אַ לשון פון תביעה: דאַנק דעם רבוש"ע פאר דיינע יסורים. דערהער אַז ס'איז אַלעס פאר דיין טובה. זיי נישט קיין כפוי טובה.
דער גאַנצער גלות און גאולה פון מצרים איז דאך געווען אַ תיקון פאר דעם חטא פון אדם הראשון ביים עץ הדעת. אַזוי שטייט פון דעם אריז"ל אַז מ'איז געווען אין מצרים צו אַרויסנעמען די ניצוצות וואָס זענען פאַרפּאַטשקעט געוואָרן דורך דעם חטא עץ הדעת, און ווען אידן זענען אַרויסגעגאַנגען האָבן זיי מתקן געווען דעם חטא.
דער עיקר תיקון חטא עץ הדעת – איז הכרת הטוב
דאָס זעלבע איז יעדעס יאָר ביים סדר נאַכט. מ'איז דעמאָלט עוסק צו מתקן זיין דעם חטא. דער שורש פון דעם חטא עץ הדעת איז געווען ווען אדם הראשון האָט געזאָגט 'האשה אשר נתת עמי', ווי רש"י זאָגט 'כאן כפר בטובה'. דער מענטש איז גאָר ברוגז אויפ'ן רבוש"ע... דער אויבערשטער גיט אים שלימות און דער מענטש זאָגסט: "זע וואָס דאָס האָט געברענגט, אַלעס איז געשען צוליב דעם"...
דאָס הייסט אַ כפוי טובה, און דאָס איז די שורש פונעם חטא עץ הדעת.
פּסח ביינאַכט איז מען מתקן אָט דעם חטא פון עץ הדעת דורכדעם וואָס מ'טראַכט אויפ'ן ריכטיגן וועג, כאָטש לויט אונזער באַגרעניצטע שכל. דאָס איז די ערשטע חלק וואָס דער חתם סופר זאָגט: פּרוביר כאָטש צו רעדן און שפּירן און זיך צווינגען אַריינצוגיין אין דעם סאָרט מהלך המחשבה אַז דער רבוש"ע האַלט אינמיטן דיר מטיב זיין. "איך בין אמת'דיג מיט זיך, ס'איז מיר טאַקע שווער אַזוי צו טראַכטן, אָבער איך ווייס אַז דאָס איז דער אמת. דער אויבערשטער איז יעצט מטיב מיט מיר, און ער טוט דאָס ווייל ס'איז אן אָנהויב פון אַ גוטע זאַך. כביכול דער אויבערשטער ליידט אויך פון דעם, און ער טוט דאָס ווייל ס'איז די בעסטע זאַך פאר מיר."
דער רבוש"ע וויל אויך אַליין אַרויסגיין פון דיין צער!
אָבער בנוסף לזה, אויסער די חלק ה'תביעה', ליגט אויך אַ געוואַלדיגע חיזוק אין די ווערטער פונעם חתם סופר. ווייל ווען אַ מענטש איז אין אַ געענגטן מצב, שפּירט ער צומאָל: "דער אויבערשטער הערט מיר בכלל? איך האָב געדאַוונט און געדאַוונט און כ'האָב נישט געזען אַז עפּעס איז געשען... אפשר דאַרף איך גלייבן און אָננעמען באהבה אָבער ס'גייט נישט."
אָבער אויב דער מענטש נעמט אין חשבון דעם יסוד פונעם חתם סופר, ברענגט דאָס אים אַ מורא'דיגער חיזוק: דער רבוש"ע איז דאָ אין דעם פּראָבלעם צוזאַמען מיט דיר! אויב אַזוי, וויל דאָך דער באַשעפער אַליין אַרויסגיין פון דעם צער כביכול! די וועלט זאָגט אַז די סיבה פאַרוואָס מענטשן פאַרלאָזן זיך אַרויפצוגיין אויף אַ פליגער רואיגערהייט, איז "ווייל דער פּילאָט איז מיט מיר מיר אינעם זעלבן מצב... ער וויל דאָך אויך לעבן..." דאָס זעלבע טראַכט אַ איד כלפּי די שכינה הק'. האסט מורא אַז דער אויבערשטער הערט דיר נישט אויס? וואו איז דער רבוש"ע? דיין פּראָבלעם! נישט בלויז איז ער דאָ מיט דעם פּראָבלעם, ס'איז נישט פּשט אַז דער אויבערשטער האַלט מיט ווי דו מוטשעסט זיך און ער זאָגט: "נעבעך, איך שפּיר מיט דיין צער". ניין, ס'איז נישט נאר דיין צער! ס'איז די צער פון די שכינה הק'! און די שכינה טוט דאָס אַלעס כדי אַז ס'זאָל דיר זיין בעסער.
ענני במרחב קה – השי"ת וויל אויך אַרויסגיין!
צומאָל שפּירט אַ מענטש אַ געוואַלדיגע צעבראָכנקייט: "איך אַרבעט און אַרבעט און עס פּאַסירט גאָרנישט. פיתום ורעמסס כפּשוטו... איך בין נישט אָנגעקומען אין ערגעץ נישט. אָבער דער מענטש דארף פאַרשטיין אַז אודאי גייסטו געהאָלפן ווערן! די שכינה הק' איז דאָך דאָ צוזאַמען מיט דיר אין דעם מצב, און די שכינה האָט דאָס נאר געטון כדי דו זאָלסט געהאָלפן ווערן. האָסטו דען אַ ספק אַז אויב דו וועסט גיין ריכטיג וועסטו געהאָלפן ווערן?!
דער איד זאָגט 'מן המיצר קראתי קה', און ער וואונדערט זיך פאַרוואָס איז נאָכנישט געווען 'ענני במרחב'? אָבער ער האָט נישט געכאַפּט אַז די שכינה הק' זאָגט אויך 'מן המיצר'. דער אויבערשטער בעט פון דיר: נעם מיר אַרויס!
מ'זאָגט נאָך פון דעם ערשטן בוהושער רבי זצ"ל אַז ווען אַ מענטש איז מתפּלל 'מן המיצר קראתי קה ענני', ענטפערט אים דער רבוש"ע: "במרחב קה -איך בין אויך אין אַ מיצר און איך וויל אויך אַרויסגיין כביכול". דאָס וואָרט איז ממש מתנבא בסגנון אחד מיט'ן טייטש פונעם חתם סופר. – די שכינה הק' איז בצער צוזאַמען מיט דיין צער, און דאָס ברענגט אַ תביעה פאַר'ן מענטש אַז ער זאָל פאַררעכטן, ווייל דער רבוש"ע כביכול וויל מער ווי דיר אַרויסגיין, מען וואַרט נאר אויף דיין אתערותא דלתתא.
אָבער אויב דו וועסט פאַררעכטן און דו וועסט מאַכן אַן ערנסטע שינוי האָסטו דען אַ ספק אַז איך וועל דיר נישט אַרויסנעמען? אודאי וועל איך דיך אַרויסנעמען. איך וועל דיר העלפן ווייל איך וויל דאך אויך אַרויסגיין!
די געוואַלדיגע אהבת ה' וואָס פּאַסירט דורך די התבוננות
מ'קען צולייגן בדרך צחות אַז דערפאַר שטייט טאַקע ביי דער גאולה די דוגמא פון 'ואשא אתכם על כנפי נשרים', אַזויווי אַ פליגער וואָס דער פּילאָט איז אין דעם זעלבן מצב. די שכינה הק' וויל אויך אַרויסגיין פון דעם צער. ווי רש"י ברענגט אויף דעם פּסוק אַז דער נשר איז גרייט צו אַריינכאַפּן די חיצים אַנשטאָט זיינע קינדער, דאָס זעלבע האָט דער רבוש"ע זיך געשטעלט מיט'ן ענן הכבוד צו באַקומען די אַלע חיצים ובליסטראות.
דאָס איז אפשר אַ טיפערע טייטש אין דעם וואָס זאָגט תפארת שלמה (רמזים לפּסח) אַז ווען אַ מענטש דאַנקט און לויבט השי"ת, 'שירו לו זמרו לו שיחו בכל נפלאותיו', ווערט ער אויטאָמאַטיש נתעורר צו וועלן דינען דעם רבוש"ע, עס ווערט 'ישמח לב מבקשי ה''. ווייל ער שפּירט אַז דער אויבערשטער איז אַזאַ טוב ומטיב אַז ער וויל זיך מדבק זיין צום אויבערשטן.
דאָס גייט צוזאַמען מיט'ן יסוד פונעם חתם סופר. ווען אַ איד באַקומט די הבנה אַז דער אויבערשטער איז אים נישט סתם מעניש, נאר ס'איז לטוב און ס'האָט אַ חשבון, ברענגט דאָס אַז ס'זאָל זיין ישמח לב מבקשי ה'. ס'גיבט אַ געוואַלדיגע חיזוק צו וועלן פאַררעכטן די מעשים מיט אַ תשובה מאהבה.
ביז יעצט האָט דער מענטש נאר רחמנות געהאַט אויף זיך: "רבוש"ע, דו זעסט נישט ווי איך פייניג זיך? וויפיל איז דער שיעור? יאָ, איך ווייס אַז איך דאַרף פאַררעכטן, איך הער די אַלע תורות, אָבער באמת, איך בין טאַקע אַזאַ שלעכטער מענטש? איך האָב אַזויפיל געזינדיגט?" – אָבער אַצינד פאַרשטייט דער איד אַז די מעשה איז פּונקט פאַרקערט. די שכינה הק' בעט זיך ביי דיר! די שכינה איז זיך מצטער וועגן דיר! אָט דאָס איז מעורר אַ געוואַלדיגע אהבת ה'.