Skip to content
הבינני

פּראַווען דעם חוה"מ מיט אַ יום טוב'דיגע שטימונג

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

אסור לעשות מלאכה אלא כדי שיהו אוכלין ושותין ויגעין בתורה ועכשיו אוכלין ושותין ופוחזין – דער גאַנצער תכלית פאַרוואָס ס'איז אסור צו טון אַ מלאכה אום חול המועד, איז כדי מ'זאָל קענען זיצן און האָרעווען און לערנען מיט אַ געוואַלדיגע רואיגקייט. היות ס'איז יום טוב קען מען אַריינלייגן די גאַנצע קאָפּ אין תורה. אָבער אויב אַזוי, וואָס איז די אויפטו? 'ועכשיו אוכלין ושותין ופוחזין' – בעסער זאָל מען גיין אַרבעטן.

דער משנה ברורה ברענגט ווייטער וואָס דער כל בו'' שרייבט: 'נראה מזה שאיסור גדול בשחוק יותר ממלאכה' – מ'זעט פון דעם ירושלמי אַז ס'איז אַ גרעסערער איסור זיך צו שפּילן חול המועד ווי אַרבעטן. 'שכוונת השי"ת בנתינת המועד היתה כדי להדבק ביראתו ואהבתו ולעסוק בתורתו התמימה' – ווייל די כוונה פון דעם אויבערשטן מיט'ן אונז געבן אַ יום טוב איז געווען אַז מ'זאָל זיך עוסק זיין אין התבוננות, אָנצוקומען דורכדעם צו יראה און צו אהבה, און מ'זאָל עוסק זיין תורה. דאָס איז דער עיקר תכלית פונעם יום טוב! אויב אַ מענטש האָט נישט גענוג עוסק געווען אין יראה ואהבה צוליב זיינע טרדות פון פּרנסה, איז דאָס אַ קלענערע פּראָבלעם, אָבער אויב דער מענטש איז געגאַנגען און ער האָט עוסק געווען אין שחוק, דעמאָלט איז ממש דער היפוך פון די כוונה.

פּראַווען דעם חוה"מ מיט אַ יום טוב'דיגע שטימונג

דער ענין פון וואָס דער משנה ברורה רעדט דאָ, דאַרף טאַקע האָבן אַ גרויסן תיקון, גאָר אַ גרויסע תיקון... אָבער 'והבא לטהר מסייעין אותו'. אַ איד האָט אַ ציווי אַז אַלעמאָל זאָל ער גיין איין טריט פאָראויס אין דער גוטער ריכטונג. ווען אידן זיצן צוזאַמען, מען פאַרברענגט און מען פּרובירט נתעורר צו ווערן, מ'זינגט ניגונים, אויף דעם איז געמאַכט געוואָרן אַ יום טוב! אַז מ'זאָל עוסק זיין אין זאַכן וואָס קענען אויפוועקן דעם קשר מיט'ן רבוש"ע.

חז"לעס שטייט אין ביי שמיני עצרת אַז דער רבוש"ע זאָגט: "קום, ביזט געווען מיט מיר ראש השנה, יוה"כ, סוכות. קום, זיי מיט מיר נאָך איין טאָג. לאָמיר פּראַוון נאָך אַ טאָג צוזאַמען"... אַביסל פון דעם זעלבן ענין איז דאָ יעדן יום טוב. דער רבוש"ע ער וויל כביכול פאַרברענגען מיט אידישע קינדער. האָט אונז געגעבן אַ יום טוב אַז ס'זאָל זיין אַ גאַנצע וואָך וואָס מ'זיצט און מ'פאַרברענגט מיט אים. מען זאָגט הלל, מען זינגט הלל, מ'איז מיט'ן רבוש"ע ביי אַ שחרית, מ'איז מיט אים ביי אַ מוסף, מ'איז מיט אים ביי אַ סעודה פון חול המועד.

רש"י אויף דער משנה (אבות ג, יא) זאָגט 'המבזה את המועדות' – 'שנוהג מנהג חול באכילה ושתיה'. דאס הייסט אַז די סעודות פון חול המועד דאַרף זיין יום טוב'דיגע סעודות. מ'נעמט צוזאַמען די משפּחה און מען עסט אַ סעודה מיט'ן יום טוב'דיגן צוגאַנג. מען דערציילט מעשיות, מ'זינגט ניגונים, אַ יום טוב'דיגע סעודה! אַ סעודת יום טוב איז טייטש אַז דער מענטש האָט יעצט אַן אינטערעסע צו פאַרברענגען כביכול מיט'ן רבוש"ע. דאָס עסן וואָס איז דאָ אויפ'ן טיש, די מענטשן וואָס זענען דאָרט, איז אַלעס אַ געלעגנהייט וויאַזוי מ'קען פאַרברענגען מיט'ן רבוש"ע.

'חול המועד האַלטן' מיט אַ נאָנטקייט צו השי"ת

איי, די קינדער האָבן דאָך נישט וואָס צו טון מיט'ן לאַנגען חול המועד? ביי אַסאַך מענטשן איז דאָס דער עיקר 'מצוות היום', צו באַשעפטיגן די קינדער, און צומאָל איז ער אויך אַ חלק פון די קינדער...

ערשטנס, דער כלל איז אַלעמאָל אַז יעדע זאַך קען אַ איד טון אויף אַן אופן וואָס ס'זאָל אים ברענגען צו אהבה און יראה! מ'זאָגט יעדן אינדערפרי ביים דאַווענען: 'לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר ובגלוי, ומודה אל האמת' – אַ מענטש וואָס וויל זיין אַ ירא שמים בסתר ובגלוי און אַ מודה על האמת, קען אין אַלע סאָרט מצבים מעורר זיין אַ יראה און אַן אהבה צו השי"ת. אפילו ווען מ'גייט אַרויס מיט די קינדער, קען מען דאָס טון אויף אַזאַ סאָרט צורה אַז ס'זאָל מעורר זיין אַ נאָנטקייט צו דעם רבוש"ע.

געווען פאַרנומען צוויי שעה מיט'ן קאַר...

ס'האָט מיר יעצט דערציילט אַ יונגערמאַן אַז נעכטן איז ער אַרויסגעפאָרן חול המועד האַלטן מיט זיין משפּחה. ער האָט זיי גענומען מיט זיין קאַר און מ'איז געפאָרן צו אַ געוויסע פּלאַץ וואו מ'קען זיך שפּילן און אַרומטאַנצן. אָבער גלייך אָנקומענדיג דאָרט האָט ער באַמערקט אַז אַ רעדל פון זיין קאַר האָט באַקומען אַ פּאַנטשער און מ'דאַרף עס גיין פאַררעכטן. האָט ער אַראָפּגעלייגט זיין בני בית מיט די קינדער: "ענק קענען פאַרברענגען, איך דאַרף גיין פאַררעכטן דעם פּראָבלעם. וואָס זאָל איך טון אַז כ'קען נישט מיטקומען"...

ער איז צוגעפאָרן צו דעם נאָנטסטן פּלאַץ וואו מ'קען פאַררעכטן קאַרס, אָבער דאָרט איז געווען פאַרמאַכט... האָט ער געמאַכט עטליכע טעלעפאָן קאָלס צו געוואויר ווערן וואו נאָך מ'קען גיין. ער האָט זיך געשלעפּט צו אַ צווייטן פּלאַץ, אָבער זיי האָבן נישט געהאַט דעם שטיקל וואָס ער האָט געדאַרפט האָבן... ענדגילטיג איז ער אָנגעקומען ערגעץ וואו ס'איז פאַרראָכטן געוואָרן, אָבער למעשה האָט ער מצליח געווען במשך די גאַנצע צייט פון צוויי שעה צו זיין פאַרנומען מיט דעם נושא...

"איך האָב נישט באַלאַנגט דאָרט"...

בדרך כלל, וואָס לויפט דורך אין מח נאָך אַזאַ פּאַסירונג? "אַ דורכפאַל פון אַ מעשה! אַלעמאָל די זעלבע זאַך! מ'איז שוין יאָ אַמאָל געגאַנגען חול המועד האַלטן, ס'איז נישט געווען צו הייס און נישט צו קאַלט. ס'וואָלט שוין געקענט זיין אַ סוקסעס, און אַנשטאָט דעם בין איך אַגאַנצן צייט געווען פאַרנומען צו אַרומלויפן, בשעת מיין משפּחה האָט געשמאַק פאַרברענגט"...

אָבער דער יונגערמאַן האָט זיך געמאַכט אַ שטיקל אויפריכטיגע חשבון הנפש: וואָס איז פּשט דערפון? פאַרוואָס האָט געדאַרפט פּאַסירן אַזאַ זאַך. ביז ער האָט זיך געגעבן אַ כאַפּ: "אייגנטליך איז דאָרט בכלל נישט געווען קיין פּלאַץ פאַר אַ חסידי'שער יונגערמאַן זיך צו דרייען... וואָס איז מיט דיר? ס'איז דאָך יום טוב היינט! אַזאַ פּלאַץ איז נישט געמאַכט פאַר דיר. מילא די בני בית מיט די קינדער, אָבער דו באַלאַנגסט נישט דאָרט! ס'איז גוט פאר די עזרת נשים, ס'איז נישט פאַר דיר!".

דער יונגערמאַן דרוקט זיך אויס: איך האָב ממש געדאַנקט דעם רבוש"ע! דער אויבערשטער האָט מיר אינזין געהאַט. ער האָט מיר צוגעפירט אויפ'ן גוטן פּלאַץ און ער האָט מיר ווי געזאָגט: קום, לאָמיר זיין צוזאַמען. לאָמיר זיך האַלטן ערליך, אידיש יום טוב'דיג, פרייליך... יעצט נאָכדעם וואָס די קינדער האָבן שוין געענדיגט שפּילן דאָרט, קענסטו געזונטערהייט קומען זיי אָפּנעמען... דיין קאַר איז שוין מסודר! די גאַנצע זאַך האָט געקאָסט פערציג שקל, און ב"ה, אַלע האָבן געהאַט וואָס זיי האָבן געדאַרפט.

דאָס איז טייטש: אַ איד וואָס האָט געדענקט פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן אַ חול המועד!

More in this printout

View the whole printout