Skip to content
הבינני

שלא ירד יעקב אבינו להשתקע במצרים

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

געדענקן אַז דער מצב איז נאָר אַ דורכגאַנג

דער הייליגער מהר"ל אין ספר גבורת ה', (פּרק נ"ד) זאָגט אַ יסוד נפלא, אויף דעם נוסח ההגדה: וַיָּגָר שָׁם, מְלַמֵּד שֶׁלֹּא יָרַד יַעֲקֹב אָבִינוּ לְהִשְׁתַּקֵּעַ בְּמִצְרַיִם אֶלָּא לָגוּר שָׁם. שֶׁנֶּאֱמַר: וַיֹּאמְרוּ אֶל פַּרְעֹה, כִּי אֵין מִרְעֶה לַצֹּאן אֲשֶׁר לַעֲבָדֶיךָ כִּי כָבֵד הָרָעָב בְּאֶרֶץ כְּנָעַן. – יעקב אבינו איז געווען אנוס על פי הדיבור צו גיין קיין מצרים, אָבער ער איז נישט געקומען כדי צו זיצן דאָרט בקביעות, נאָר בלויז צו זיין דאָרט אַזוי ארעי'דיג.

אויב מ'ווייסט אַז ס'איז צייטווייליג, ווערט מען אויסגעלייזט

פאַרוואָס לייגט מען אַזאַ דגוש אויף דער נקודה אַז יעקב אבינו איז נישט געקומען 'להשתקע במצרים'? בפּשטות לערנט מען ווייל ער האָט געוואָלט בלייבן אין ארץ ישראל. אָבער דער מהר"ל זאָגט אַ טיפערע נקודה: ווייל אויב וואָלטן אידן אַראָפּגעגאַנגען קיין מצרים 'להשתקע שם', וואָלטן זיי דורכדעם מבטל געווען די גאולה! אין ווילאַנג אידן זענען דאָרט געווען אַזויווי גרים; זייער מחשבה האָבן זיי געשפּירט ווי גרים בארץ לא להם, זענען זיי נישט געווען ראוי צו בלייבן דאָרט. ווייל אַ גר איז ווי אַ גאַסט וואָס שלאָפט איבער אַ נאַכט און אינדערפרי גייט ער ווייטער. אידן זענען במשך די גאַנצע צייט געווען אין מצרים מיט אַזאַ סאָרט צוגאַנג, אַז זיי זענען נישט דאָ 'להשתקע', זיי זענען בלויז דאָ אויף דערווייל. און דערפאַר האָבן זיי זוכה געווען צו גאולה. אָבער אויב זיי וואָלטן אינזין געהאַט דאָרט צו פאַרבלייבן, וואָלטן זיי ווען געבליבן דאָרט!

און כדי מ'זאָל נישט זאָגן אַז 'ויגר שם' מיינט אַז די מצריים האָבן זיי געמאַכט שפּירן אַזויווי גרים, אָבער די אידן מצד עצמם האָבן יאָ געוואָלט דאָרט זיין מיט אַ דירת קבע, דערפאַר ברענגט דער בעל הגדה אויך דעם פּסוק 'לגור בארץ באנו'. אידן האָבן זיכער געמאַכט זיך צו דערמאַנען אַגאַנצן צייט: "דאָס איז נישט מיין פּלאַץ, דאָס איז נישט מיין מצב, דאָס איז נאָר אן ארעי'דיגע מצב אָנצוקומען צום קומענדיגן פּלאַץ".

פון דער ערשטער מינוט געגלייבט אַז מ'וועט אַרויסגיין

דער זעלבער יסוד שטייט אין נאָך אַסאַך ספרים הק', אַז די סאָרט מהלך המחשבה איז אַ שורש וואָס ברענגט גאולה. דער הייליגער ראָפּשיצער רב זי"ע זאָגט אויפ'ן פּסוק 'ויגר שם' אַז דער בעל הגדה לערנט אונז דערמיט וויאַזוי אַ איד דארף זיך מתגבר זיין מיט אמונה און זיך פאַרלאָזן מיט בטחון אויפ'ן אויבערשטן, ווייל תיכף ווען אידן זענען אַראָפּגעקומען קיין מצרים האָבן זיי געגלייבט אַז דער אויבערשטער גייט זיי אַרויסנעמען, כאָטש זיי האָבן געוואוסט אַז אן עבד קען קיינמאָל נישט אַוועקלויפן פון דאָרט, פונדעסטוועגן האָבן זיי געגלייבט און זיך פאַרלאָזט אין די ישועה פון השי"ת, און חז"ל זאָגן אַז 'בזכות אמונה יצאו ממצרים'. עד כאן דבריו הק'.

דאָס הייסט אַז אידן זענען קיינמאָל נישט געווען אין מצרים מיט דער מחשבה אַז זיי גייען דאָרט בלייבן. זיי האָבן דאָס אָנגעקוקט ווי אַ דורכגאַנג. "איך בין דאָ דערווייל, ביז איך וועל אָנקומען צום קומענדיגן פּלאַץ".

'מלמד' – אַ לימוד אויף אַלע דורות

אין הגדה של פּסח ויגד יעקב שטייט אַז דעריבער זאָגט דער בעל הגדה צוויי מאָל דאָס וואָרט 'מלמד' – 'מלמד שלא ירד יעקב אבינו להשתקע אלא לגור שם', און 'מלמד שהיו ישראל מצויינים שם', ווייל די ביידע זאַכן קומען אונז לערנען אויף אַלע גליות וואו אידן געפינען זיך. לאָז זיך נישט פאַלן און זיך מייאש זיין, נאר זאָלסט אַגאַנצן צייט אַרבעטן אויף דיין מחשבה צו געדענקן אַז "איך בין נאר דאָ אויפ'ן וועג, איך גיי ערגעץ אַנדערש". דאָס שלעפּט אַרויס דעם מענטש פונעם גלות מצב, ס'העלפט אַז ער זאָל נישט נתפס ווערן. דאָס זעלבע איז מיט דעם 'מלמד שהיו ישראל מצויינים שם', מ'דאַרף אַלעמאָל געדענקן זיך צו האַלטן אָפּגעשיידט פון די גוים. "איך דאַרף טאַקע זיין צווישן גוים, אָבער דאָס איז נישט 'איך'. אַ איד איז אָפּגעטיילט פונעם גוי".

די אַלע ספרים הק' זאָגן אַלע די זעלבע נקודה: ווען אַ מענטש געפינט זיך אין אַ גלות וואו ס'איז אים ענג. זאָגט דער חתם סופר אַז דאָס איז אַ סיבה אויף עפּעס. דאָס איז נישט קיין תכלית, דאָס איז אן אמצעי. מ'האַלט יעצט אינמיטן דורכגיין דעם אמצעי. אויב אַזוי, זע וואָס דו קענסט טון אַז דו זאָלסט קענען אַרויסגיין פון דעם אמצעי, פּרוביר אַלע סאָרט וועגן צו גיין פון דאָ ווייטער.

יעדע צרה איז געמאַכט געוואָרן צו גיין ווייטער

הג"ר שלמה קלוגער זצ"ל זאָגט אין הגהות חכמת שלמה אויף שלחן ערוך (או"ח סימן מו) אַז די ברכה פון העושה לי כל צרכי זאָגט מען אויף די שיך, אָבער די פּשוט'ע טייטש דערפון מיינט אַז דער אויבערשטער טוט פאר מיר אַלע מיינע באַדערפענישן. וואָס איז די שייכות צווישן די צוויי זאַכן, שיך מיט געדענקן אַז השי"ת טוט אַלע מיינע צרכים?

זאָגט דער חכמת שלמה אַז די אויפגאַבע פון שיך איז, אַז דאָס נעמט דעם מענטש פון דעם פּלאַץ וואו ער געפינט זיך, צו דעם פּלאַץ וואו ער דאַרף אָנקומען. דאָס זעלבע איז דער מצב וואו דו געפינסט זיך יעצט, דאָס איז דיין צורך! דיין צורך איז טאַקע נישט צו בלייבן שטעקן דאָ, אָבער ס'איז יאָ אַזויווי שיך, ס'העלפט דיר גיין, ס'העלפט דיר זיך פאָראויסרוקן, ס'העלפט דיר תשובה טון, ס'העלפט דיר כאַפּן דיינע פּראָבלעמען. אַ איד מאַכט די ברכה און ער זאָגט: "יישר כח רבוש"ע", אַז דו האסט מיר געגעבן מצבים וואָס האָבן די זעלבע תכלית ווי שיך, זיי העלפן מיר אָנקומען צו דעם פּלאַץ וואו איך דאַרף אָנקומען".

פאַרוואָס איז מען גערעגט ווען מ'זיצט אין טראַפיק?

לאָמיר זיך פארשטעלן אַ סצענע וויאַזוי אַ מענטש זיצט אין טראַפיק ערב יום טוב, ס'זענען דאָ געגנטער וואָס זענען ספּעציעל אויסגעצייכנט אין דעם הינזיכט. זיי ווייסן וויאַזוי מ'מאַכט דאָס די בעסטע... מ'זיצט און מ'פייפט און מ'איז גערעגט, און מען דערמאַנט זיך אַז מ'דאַרף זיך יעצט בייזערן בעצם פאַרוואָס די טראַפיק איז קיינמאָל נישט געוואָרן מסודר... ס'איז אַ בחינה פון 'וביום פקדי ופקדתי', ער איז יעצט ברוגז אויף די זיידעס דאָ וואָס האָבן שוין געהאַט דעם פּראָבלעם און האָבן גאָרנישט געטון דערצו...

אַצינד שטעלט די שאלה: דער מענטש וואָס רעגט זיך יעצט אין טראַפיק, זיין שטאַרקייט איז גראַדע נישט אין דער סוגיא פון 'אויסנוצן צייט'... צופעליג קומט ער יעצט פון פאַרברענגען אַ שעה צייט אין שול. ער האָט פאַרברענגט ביי די קאַווע מיט דעם און יענעם. דערנאָך איז ער געווען אין מקוה, אין די קאַלטע בור און אין די הייסע בור, ער איז געקומען און געגאַנגען... אָבער יעצט זיצט ער אין טראַפיק און ער שעלט: "דו ווייסט אַז ס'איז ערב יום טוב?! פאַרוואָס האַלט מען אויף מענטשן?!"...

וואָס איז פּשט דערפון? פאַרוואָס איז ער אַזוי אויפגערעגט? דאָס האָט אָבערזייער אַ פּשוט'ע הסבר, ווייל ווען ער האָט זיך אַריינגעזעצט אין קאַר צו פאָרן ערגעץ, האָט ער אין זיין מח מחליט געווען "איך בין נישט דאָ כדי צו זיין דאָ, איך וויל בעצם נאר אָנקומען צו דעם אַנדערן פּלאַץ. דאָרט איז מיין עיקר תכלית". אַצינד, נאָכדעם וואָס ער האָט געמאַכט די החלטה אַז איך בין נישט דאָ 'כדי צו זיין דאָ', איך בין דאָ 'כדי אָנצוקומען ערגעץ אַנדערש', דעריבער בייזערט ער זיך: פאַרוואָס האַלטסטו מיר אויף אין פּלאַץ וואו איך באַלאַנג נישט צו זיין דאָ? איך יאָג זיך צו גיין ווייטער פון דאָ!

אַלעס ווענדט זיך אין דער החלטה אויב מ'וויל דאָ בלייבן

אין דער מינוט וואָס דער מענטש האָט מחליט געווען – אין סיי וועלכן מצב – אַז "פה אשב כי אותיה - ס'איז מיר גוט דא" דעמאָלט איז ער טאַקע רואיגער. אַזויווי דער 'עבד עברי' וואָס זאָגט

More in this printout

View the whole printout