Skip to content
הבינני

מ'קען שעפּן אַזויפיל אהבת ה' אין די טעג פון חול המועד

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

אַ גיהנום וואָס מ'נעמט זיך אַליין...

איך האָב געהערט פון אַ איד, וועלכער האָט ב"ה קינדער אין אַלע יאָרגאַנג, וואָס האָט זיך אויסגעדרוקט: "אויב דו ווילסט וויסן וואָס הייסט גיהנום? גיהנום מיינט אַ חול המועד וואָס ענדיגט זיך נישט... גיהנום באַדייט אַז מ'זיצט דאָרט מיט אַלע קינדער פון אַלע יאָרגענג און ס'איז אַ לאַנגע חול המועד וואָס ענדיגט זיך קיינמאָל נישט"...

וואָס איז דער פּשט פון אַזאַ סאָרט אויסדרוק? דער פּשט איז אַז מען פּרובירט אַריינשטופּן אין חול המועד פאַרשידענע זאַכן וואָס זענען נישט געמאַכט דערפאַר. אודאי קוקט עס אויס אַזוי, ביז מ'רופט עס אָפיציעל אן אַ גיהנום...

אויב אַ איד וועט פּרובירן טון מיט'ן חול המועד וואָס מ'דאַרף טון אין אַזעלכע הייליגע טעג, וועט ער אָנהויבן זען אַז ס'איז נישט קיין גיהנום.. אודאי. דאַרף מען צוביסלעך קענען מדריך זיין די קינדער, יעדעס קינד לויט זיין יאָרגאַנג, אָבער צוערשט דאַרפן די עלטערן זיין מיט'ן קאָפּ אויפ'ן פּלאַץ. דער טאַטע דארף וויסן: "וואָס וויל איך?" – אויב די קינדער בעטן און פאַרלאַנגען, איז דאָס נאָך אַ נושא. אָבער וואָס וויל איך טון מיט די טעג?

התבוננות - דוקא ווען די קינדער שפּרינגען אויפ'ן קאָפּ

חול המועד איז אַ צייט וואָס מ'האָט מבטל געווען מלאכה, מען אַרבעט נישט, כדי אַז מ'זאָל זיך קענען מתבונן זיין אָנצוקומען צו אהבה און יראה. און ווען די קינדער לערנען אַביסל טאַנצן, קען מען דורכדעם אויך ווערן נאָנטער צום רבוש"ע! מיט אַביסל סבלנות און מיט אַ שמייכל קען מען נאָכמער נתקרב ווערן צום אויבערשטן ווי מיט אַנדערע גרויסע עבודות!

ווען מ'וועט באַמערקן וועט מען זען אַז רוב פון די אהבה און יראה וואָס אַ איד האָט צום רבוש"ע, קומט פון התבוננות אין אַזעלכע סאָרט מצבים פון טרדה. אודאי ווען אַ איד קען זיצן און לערנען שעות רצופות איז נישטאָ קיין זיסערס דערפון. אָבער לאָמיר רעדן פּראַקטיש פון אונזער לעבן... אַ איד דארף זיך פּשוט מתבונן זיין אין די מצבים וואָס ער גייט אַריבער. דאָס איז די גאַנצע. מ'האָט דיר נישט געבעטן צו לערנען אַכט שעה רצופות אום חול המועד. אָבער ווען ס'קומט אונטער אַ מצב, טו דאָס מיט די ריכטיגע התבוננות.

צו בלייבן רואיג מוז מען געבן מזון פאר דער נשמה

פאַרשטייט זיך אַז מ'קען נישט זיין באמת אויפגעלייגט און פרייליך, אויב מ'האָט נישט צוערשט אינוועסטירט אין אַ וואַרימע דאַווענען, אין אַ לערנען פון חול המועד. אודאי איז דאָס אַ ראָד וואָס דרייט זיך. דער טאַטע קען נישט זיין משפּיע זיין שמחה אויב ער ליידיג, זיין באַטערי אַרבעט אויף גאָרנישט, ער איז אויפגעשטאַנען שפּעט און ער דרייט זיך אָן קיין סדר היום...

אויב דער טאַטע אַליין האָט נישט קיין געהעריגן סדר און נישט קיין חברותא, דעמאָלט רעאַגירט ער טאַקע צו זאַכן מיט אן אָנגעצויגנקייט... אָבער פאַרוואָס זאָל עס זיין אַזוי? חול המועד איז געמאַכט געוואָרן פאַר עפּעס אַנדערש!

זיך מסדר זיין אַ ליכטיגן חול המועד

חול המועד סוכות איז דאָ שמחת בית השואבה, צו זינגען, טאַנצן און לויבן דעם אויבערשטן. און חול המועד פּסח טוט מען די זעלבע זאַך, אויף אַ רואיגן אופן. עס מוז נישט זיין דוקא אויף אַן אופן פון אויפבלייבן אַגאַנצע נאַכט, אָבער מ'קומט זיך צוזאַם, מ'זינגט שירות ותשבחות אויפ'ן רבוש"ע, יעדער אויף זיין אופן.

ווען מ'זיצט צוזאַמען מיט דער משפּחה, דאַנקט מען דעם רבוש"ע אַז ער האָט ב"ה געגעבן אַ משפּחה. אויב מ'איז מקיים כיבוד אב ואם, דאַנקט מען דעם רבוש"ע: ס'איז טאַקע געווען שווער, אָבער לפום צערא אגרא! מען איז געפאָרן פון איין שטאט צום אַנדערן צו באַזוכן די עלטערן, אָדער אַ זיידע באַבע. ס'איז טאַקע נישט געגאַנגען אויפ'ן גרינגסטן וועג, בסדר, אָבער ס'איז אַ מורא'דיגע מצוה. מ'האָט נישט פאַרפּאַטשקעט קיין צייט! אויב מ'לייגט צו אַביסל קאָפּ דערצו, קען מען מעורר זיין אהבה ויראה צו דעם רבוש"ע אין אַלע זאַכן וואָס מ'טוט.

מ'רעכנט זיך אויס פון פאָראויס די זמנים ווען מ'גייט דאַווענען מיט אַ קביעות. ס'איז נישט אַזויווי: "ווען וועט מען דאַווענען שחרית? אָה, מ'וועט שוין זען"... ביי טייל מענטשן איז חול המועד די איינציגסטע צייט אין יאָר וואָס ער דאַרף כאַפּן חצות... עס אַרבעט מיט אַ מהלך פון: "יאָ אם ירצה ה', ווען מ'וועט האָבן אַ געלעגנהייט וועט מען דאַווענען מנחה"... און דאַן דערמאַנט מען זיך: "אוי מ'דאַרף כאַפּן מנחה". און ס'איז געשען אַ מנחה... דעמאָלט ווערט מען טאַקע אויסגעלאָשן. מ'האָט געהאַט אַ סדר נאַכט ווען מ'איז געווען אַזוי דערהויבן, אָבער שפּעטער ווען ס'קומט שביעי של פּסח דאַרף מען גיין אין מקוה הונדערט מאָל, נאָכדעם וואָס מ'איז אַלץ דורכגעגאַנגען אין די עטליכע טעג... דאָס איז נישט קיין חול המועד!

אַביסל התבוננות אין דער מורא'דיגער אהבת ה'

ס'איז נישט קיין מצוה זיך צו פּייניגן. אדרבה, איינס פון די זאַכן וואָס ברענגט פאַר'ן מענטש אַן אהבה צום רבוש"ע, איז ווען מ'זעט ווי דער אויבערשטער האָט ליב אַ איד אפילו ווען ער איז נישט מושלם. ווי דוד המלך זאָגט אין הלל: 'דלותי ולי יהושיע'. אין די קאַפּיטלעך פון הלל זאָגט מען ויאַזוי דער רבוש"ע האָט ליב אַ איד אפילו ווען ער איז נישט אין דעם בעסטן מצב. קוק זיך אים, זיי זיך מתבונן: זע ווי דער רבוש"ע האָט דיר אינזין אפילו ווען דו טויגסט נישט אינגאַנצן! מ'דאַרף זיך סך הכל עפענען די מח מיט די אויגן און זען וויפיל דער רבוש"ע האָט דיר אינזין, אפילו דו ביזט נישט הונדערט פּראָצענט בשלימות. דאָס איז מעורר אַזאַ אהבה צום אויבערשטן – ס'גייט כמים הפנים לפנים! – און עס ברענגט די אהבה וואָס מיר האָבן צום רבוש"ע אויף צוריק. שימנו כחותם על לבך!

אָבער אויב אַ מענטש איז זיך נישט מתבונן איז עס אַזאַ שאָד. ווייל דער אויבערשטער איז נאָנט מיט אים; דער אויבערשטער האָט אים אינזין; דער אויבערשטער האָט אים ליב; דער אויבערשטער דאגה'ט פאַר אים' און דער מענטש האַלט עס נישט מיט... און צוליב דעם וואָס ער ווייסט נישט דערפון, איז ער אינגאַנצן צעפיפן. ער דרייט זיך אַרום ליידיגערהייט, און דאָס ברענגט אַ ראָד פון כעס, עצלות, עסן, א.א.וו. פּשוט ווייל ער איז זיך נישט מתבונן אין די געוואַלדיגע אהבת ה'!

More in this printout

View the whole printout