Skip to content
הבינני

די מתנה פון אמונה אפילו קעגן א בעל בחירה

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

נחית בחסדך עם זו גאלת;

אַ ספּעציעלע געשאַנק פון אמונה

מ'זעט אין די פּסוקים פון פּרשת בשלח, אַז נאָכדעם וואָס אידן האָבן געטון די מסירת נפש פון אַריינשפּרינגען אינעם ים, האָבן זיי באַקומען איין מתנה אַז דער ים האָט זיך געשפּאָלטן פאר זיי, און אין צוגאָב האָבן זיי באַקומען נאָך אַ מתנה פון דאָס הייסט אַז זיי האָבן 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו' – זוכה געווען צו אַ נייע הויכע דרגא פון אמונה, וואָס זיי האָבן נישט געהאַט בעפאָר.

וועלכע מתנה פון אמונה האָבן אידן באַקומען אַדאַנק זייער מסירת נפש, וואָס זיי האָבן נישט געהאַט פריער? שטייט אין פּנים יפות, און דאָס זעלבע שטייט אין חתם סופר, אַז אידן האָבן געהאַט אמונה אויך בעפאָר קריעת ים סוף, אָבער עס האָט נאָר געפעלט איין חלק: די אמונה אַז אפילו אַ בעל בחירה קען זיי גאָרנישט טון!

אַ נייע שטאַפּל פון אמונה

איז באַקאַנט וואָס דער אור החיים הק' זאָגט אין פּרשת וישב, אַז ס'איז זייער שווער צו ווערן געראַטעוועט פון אַ בעל בחירה. ווען מ'קריגט זיך מיט אַ בעל בחירה, קוקט עס אויס ווי יענער איז בוחר מיר צו טון דאָס שלעכטס, און ס'דאַכט זיך אַז דאָס קומט נישט פונעם רבוש"ע, ווייל ס'איז יענעמ'ס בחירה.

זייער ווייניג מענטשן קומען אָן צו דער מדריגה אַז זיי ווערן בכלל נישט איבערגענומען פון אַ בעל בחירה, וואָס דורכדעם האָט דער בעל בחירה טאַקע נישט קיין שליטה אויף אים. ס'איז נישט לייכט אָנצוקומען צו אַזאַ מדריגה, ווייל ווען דו זעסט אַ לעבעדיגן מענטש און דו זעסט זיינע החלטות, און דו קענסט אים נאָך פון אַמאָל, און דו האַלטסט מיט זיינע פּלענער, איז זייער שווער צו שפּירן אַז דער מצב האָט גאָרנישט מיט יענעם, נאר אַלעס איז בלויז געוואָנדן אין השי"ת.

דער פּנים יפות מיט'ן חתם סופר זאָגן ביידע, אַז אידן האָבן טאַקע געגלייבט אויך בעפאָר קריעת ים סוף, אָבער ווען ס'איז געקומען צו די מצריים - וואָס זענען בעלי בחירה - איז זיי געווען שווער צו גלייבן אַז די מצרים האָבן נישט קיין שום שליטה אויף זיי. הערשט נאָך קריעת ים סוף האָבן זיי זוכה געווען צו דער הויכער דרגא פון אמונה אין השי"ת, אפילו ווען ס'האַנדלט זיך מיט בעלי בחירה! דאָס איז די העכסטע דרגא אין אמונה וואָס איז נאָר פאַרהאַן, און דאָס איז אַ מורא'דיגע מתנה, ווייל ווען אַ איד האָט די אמונה, קען טאַקע קיינער נישט שולט זיין אויף אים!

אַדאַנק מסירת נפש, באַקומט מען הויכע דרגות פון אמונה

לענינינו, ווען אַ איד גייט דורך שוועריגקייטן, און ער שטאַרקט זיך אָנצוגיין און זיך מאַכן פרייליך, קעגן דעם דרך הטבע. וועט ער שפּעטער זוכה זיין צו באַקומען פון הימל, די מתנה פון אמונה אויף די העכסטע דרגות: צו גלייבן אין השי"ת אפילו ווען ס'האַנדלט זיך מיט אַ בעל בחירה.

ווען מ'זאָגט פאַר'ן מענטש אַז ער זאָל לוחם זיין מיט זיך אַליין צו זיין אין אַ גוטע שטימונג, כאילו ער האָט יעצט געהאַט די שפּיץ הצלחה אין לעבן, איז דאָס צוערשט אַ טעם מיתה צו טון. בעצם וויל ער יעצט פאַרלעשן די לעקטער, פאַרמאַכן דעם טיר, זיך איבערדעקן מיט'ן קאָלדרע אין בעט, און נישט אַרויסגיין פון דאָרט... דאָס איז זיין הרגשה: "איך האָב נישט קיין חיות, איך בין זייער צעבראָכן, איך וויל יעצט גאָרנישט טון. איך וויל נישט אויפהייבן קיין טעלעפאָנען, לאָז מיך אָפּ". אָבער אויב אַ איד שטאַרקט זיך און ער גייט אָן מיט אַ שמחה, איז דאָס מסירת נפש!

ווען דער איד טוט ווייטער מצוות ומעשים טובים, ער לערנט תורה, ער טוט אַ טובה פאר אַ צווייטן, האָט ער יעצט געטוישט דעם פּלאַץ פון וואו ער נעמט חיות! ער זאָגט דערמיט זייער קלאָר אַז "איך בין נישט אָנגעהאָנגען אין דעם אַלטן מצב. איך ווייס טאַקע נישט וואָס גייט זיין ווייטער, אָבער כ'נעם נישט קיין חיות נאר פון דעם ביז- יעצטיגן מצב".

און ווען מ'טוט אַזוי, איז דער שכר דערפון, אַז מען באַקומט אַ מתנה פון אמונה – צו קענען בלייבן רואיג און פאַרזיכערט אין השי"ת, אפילו ווען מ'האָט צוטון מיט אַ בעל בחירה, וואָס שלעפּט אַראָפּ די גוסטע און מאַכט אַ שווערן געפיל.

די מתנה פון רואיגקייט

אַסאַך מאָל שפּירט מען זיך אַראָפּגעשלעפּט ווייל "יענער האָט מיר פאַרשעמט", "יענער האָט מיר געסטראַשעט", "יענער וויל מיר שלעכטס טון". דאָס איז אַלעס פחדים וואָס איז געוואָנדן אויך אין דער בחירה פון אַ צווייטן מענטש. ווען עלטערן מוטשען זיך מיט'ן חינוך פון אַ קינד, איז דאָס אַ פּראָבלעם וואָס איז תלוי אין בחירה. "איך זע וויאַזוי דאָס קינד איז בוחר נישט ריכטיג".

דער רבוש"ע האָט אַזוי אויסגעשטעלט די בריאה, אַז מיר זענען כסדר אַרומגענומען פון בעלי בחירה, און מיר ווערן זייער איבערגענומען פון זייערע מעשים. דאָס ברענגט אונז אַסאַך עגמת נפש.

אָבער ווען אַ מענטש איז זיך מחזק מיט אַ שמחה; ער דאַנקט דעם רבוש"ע; ער זאָגט הלל און ער וויינט ביי 'מה אשיב', ווייל ער האָט אינזין די פּירוש המילות פון שבח והודאה. טראָצדעם וואָס ס'קומט אים נישט אן לייכט, ווייל ער גייט קעגן דעם טראַפיק. מענטשן פייפן אים אַגאַנצן צייט: "וואו גייסטו?" און ער זאָגט: "יאָ יאָ, איך גיי פאַרקערט".

אָט די מסירת נפש ברענגט נאָכדעם פאַר'ן מענטש אַ טיפע געפיל פון רואיגקייט, אַז ער איז באמת נישט באַזאָרגט צוליב בעלי בחירה: "אָה, יענער? ס'איז גאָרנישט, ס'איז גוט, דער אויבערשטער וועט העלפן". נעכטן האָט ער דאָס נאָכנישט געקענט זאָגן. דער רבוש"ע דארף געבן דעם הרגשה אַז מ'זאָל נישט נתפּעל ווערן פון בעלי בחירה. דאָס איז באמת אַ מתנה פון הימל!

עזות דקדושה – יענער טוט? זאָל ער טון!

אידישע קינדער האָבן דעם מורא'דיגן כח פון עזות דקדושה. איינע פון די אָפּטייטשן פון עזות דקדושה איז "איך ווער נישט איבערגענומען פון יענעם". 'בושה' מיינט אַז איך שעם זיך ווייל יענער איז דאָ. און עזות מיינט אַז כ'בין זיך בכלל נישט מתייחס צו אַ צווייטן: "יענער איז דאָ? זאָל ער דאָ זיין. יענער קוקט? זאָל ער קוקן". דאָס הייסט עזות.

עזות דקדושה איז טייטש אַז: איך ווער נישט איבערגענומען אפילו אויב יענער האָט עפּעס געזאָגט אָדער געטון, און אפילו ווען ס'קוקט אויס אַז צוליב דעם גייט מיין גאַנצע מצב באַרג אַראָפּ. ניין! דער רבוש"ע האָט געזאָגט אַז איך זאָל ווייטער זיין פרייליך און אים ווייטער דינען. איך גיי אַזוי טון – אָן צו ווערן איבערגענומען פון יענעם.

ווען אַ איד האָט אַזאַ עזות דקדושה באַקומט ער אַ שכר, מדה כנגד מדה, אַז אויסערדעם וואָס ס'ווערט אַ 'קריעת ים סוף' - דער מצב ווערט מסודר און ער באַקומט אַ ישועה למעלה מדרך הטבע, איז דאָ נאָך אַ מתנה, אַז זיין אמונה ווערט געשטאַרקט – אפילו ווען מ'האַנדלט מיט בעלי בחירה. ער ווערט ווייניגער איבערגענומען פון אַלע סאָרט מצבים.

אַ נצחיות'דיגע מתנה וואָס באַגלייט אַלעמאָל

אַזוי איז געווען ביי קריעת ים סוף: נאָכדעם וואָס אידן האָבן געטון אַ מסירת נפש אַריינצוגיין אין ים, האָבן זיי באַקומען צוויי מתנות. איין מתנה, אַז דער ים האָט זיך געשפּאָלטן מיט אַ ישועה למעלה מדרך הטבע. און נאָך אַ מתנה, אַז זיי האָבן באַקומען אמונה קעגן בעלי בחירה.

ווען אַ איד גייט דורך אַ שווערע מצב זאָל ער זיך אַליין פרעגן: "וויל איך אַרויסגיין פון דעם מצב און נאר באַקומען איין מתנה, אָדער וויל איך אַרויסגיין און באַקומען ביידע מתנות?". – אייגנטליך איז דאָס נישט בלויז אן אָפּציע פון צוויי קעגן איינס, נאר די איין מתנה איז בלויז יעצט אויף דער מינוט, און די אַנדערע מתנה איז אַ נצחיות'דיגער קנין! ס'וועט דיר באַגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

דער שכר פאר אַביסל אמונה - פון אמונה

צומאָל טרעפט זיך אַ איד אין אַ צרה דורך בעלי בחירה. ער איז צעבראָכן און ס'איז אים זייער שווער, ווייל יענער טוט אים שלעכטס, און מ'זעט נישט קיין וועג אַרויס. אָבער אויב דער איד וועט מלחמה האַלטן מיט זיך אַליין - צו מסיח דעת זיין, צו בלייבן בשמחה, און צו גלייבן אַז דער רבוש"ע גייט מיר געבן חיות, טראָצדעם וואָס ער ווייסט נישט וויאַזוי ס'גייט זיך ענדיגן - באַקומט ער נאָכדעם צוויי מתנות. נישט נאר ווערט ער געהאָלפן למעלה מדרך הטבע, נאָר ער ווערט אויך אַ מאמין אפילו ווען ס'האַנדלט זיך מיט בעלי בחירה! ער באַקומט ממש ווי אַ 'וואַקסין' וואָס גיט אים די כוחות אויף אַלע קומענדיגע מצבים אין לעבן.

ווען ס'וועט זיין די קומענדיגע שוועריגקייט מיט בעלי בחירה, וועט ער האָבן די מתנה פון אמונה אַז ס'וועט אים נישט איבערנעמען. ער קען ווייטער רואיג דאַווענען און לערנען און אָנגיין מיט'ן לעבן און פירן די משפּחה. ווייסט וואָס פאַראַ מתנה דאָס איז? אַ איד איז נאָר מחויב צו אָנהויבן. ער זאָל פּרובירן צו אָנגיין מיט אַ שמחה און מיט אן אמונה אַז "דער רבוש"ע האָט מיר געברענגט דאָ ווייל ער וויל ברענגען עפּעס בעסער". דורכדעם וועט ער טאַקע באַקומען אַסאַך בעסערע ישועות מיט אמונה.

More in this printout

View the whole printout