Skip to content
הבינני

מסירת נפש אויפצוגעבן דעם אייגענעם רצון

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

איז אָבער כדי אַראָפּצוברענגען די ישועה, נישטאָ דערצו קיין מהלך אינעם דרך הטבע. מ'קען נישט זיין פאַרנומען בלויז מיט טבע, צו פּרובירן אַהער אָדער אַהין, ווייל דאָס גייט נישט אַרבעטן. ס'איז נישטאָ קיין ברירה, מען מוז ברענגען עפּעס וואָס קומט פון אַ העכערן פּלאַץ. דעריבער זאָגט דער אויבערשטער: איך וועל דיר אויסלערנען אין פּרשת בשלח, אַז ווען אַ איד גייט אַרויס פון זיין אייגענער טבע מיט אַ מסירת נפש, איז דאָס מעורר אַ הנהגה פון למעלה מדרך הטבע, און אַזוי קען די ישועה קומען חוץ לדרך הטבע!

ב

מסירת נפש - אויפצוגעבן דעם אייגענעם רצון דבר אל בני ישראל ויסעו;

מוותר זיין אויפ'ן רצון

אַצינד בלייבט אונז נאר איבער צו מברר זיין: וואָס מיינט 'מסירת נפש', פּראַקטיש גערעדט אויף למעשה? ס'איז זייער שיינע ווערטער פאר אַ דרשה, אָבער דו קענסט מיר מסביר זיין וואָס איך דאַרף טון? וואָס מיינט "דבר אל בני ישראל ויסעו" פאר מיין יעצטיגן מצב? וואָס איז די אָפּטייטש פון מסירת נפש? אודאי איז דאָ געציילטע פעלער ווען מסירת נפש מיינט כפּשוטו, אויב מ'וויל צווינגען אַ איד אַז ער זאָל זיך בוקן צו עבודה זרה, דאַרף מען זיך מוסר נפש זיין בפּועל, אָבער וואָס מיינט דאָס אין די געווענליכע מצבים וואָס מיר גייען דורך אין לעבן?

ספרים הק'די זענען מסביר אַז 'נפש' איז אַ לשון פון 'רצון', ווי דער פּסוק זאָגט (בראשית כג, ח): "אם יש את נפשכם". יעדעס מאָל ווען אַ מענטש געפינט זיך אין אַ פּלאַץ וואו ער מוטשעט זיך, האָט ער דאָרט אַ רצון. – ער וויל אַז די פּראָבלעם זאל געלעזט ווערן. 'מסירת נפש' באַדייט אַז דער מענטש איז יעצט מוותר אויף דעם רצון.

דער רצון שלעפּט אַראָפּ

ווען אַ מענטש געפינט זיך אין אַ שווערן מצב, ער שפּירט זיך 'על שפת הים', נעמט דאָס איבער זיינע הרגשים, און ס'ברענגט אים צעבראָכנקייט מיט יאוש. נישט אַלעמאָל איז עס די ערגסטע דרגא פון יאוש, אָבער עס שלעפּט אים אַראָפּ. דער מענטש זעט ווי זאַכן הייבן אן גיין לינקס, און ער הייבט אן כאַפּן וואָס דאָס באַדייט פאַר אים. ער איז דאָך נישט קיין נאַר, ער איז אַ שטיקל בר דעת און ער פאַרשטייט זייער גוט וואו דער מצב גייט אים טראָגן.

צום ביישפּיל: דער אויבערשטער זאל אָפּהיטן אויב די דאָקטוירים האָבן געטראָפן עפּעס וואָס מ'וויל נישט טרעפן. אַצינד הייבט זיך אן אַ פּרשה. צוערשט זוכט מען אַ צווייטן דאָקטער וואָס קען עס אפשר אָפּלערנען אַנדערש, און מ'הייבט אן אָפּשאַצן וויפיל באַהאַנדלונגען מ'גייט דאַרפן. דער מענטש הייבט אן שפּירן אַזאַ מין כבידות, ער ווערט אַראָפּגעשלעפּט און אויסגעלאָשן. פאַרוואָס? ווייל ער איז שוין אַביסל עלטער, און ער פאַרשטייט פּונקטליך וואָס דאָס מיינט, מיט די אַלע זייטיגע 'סייד- אפעקטס' וואָס קומען אַלץ דערמיט, פאר די משפּחה, פאר די אַרבעט, און פאר זיינע שיעורי תורה, בנוסף צו אַלע ספיקות מיט דאגות וואָס דאָס ברענגט. אָט די אַלע הרגשים וואָס שלעפן אַזוי שטאַרק אַראָפּ, איז דער 'רצון' פונעם מענטש.

לוחם זיין קעגן דעם רצון

מסירת נפש איז טייטש, אַז דער מענטש קריגט זיך 'חי וקיים' מיט זיך אַליין, אַז ער זאָל יאָ אָנגיין מיט אַ חיות און אַ שמחה! ער פּרובירט מיט אַלע כוחות איבערצוקערן זיין 'נפש', כאילו ער האָט יעצט באַקומען די בעסטע בשורה טובה. טראָצדעם וואָס ער האָט אפילו נישט אויף וואָס זיך אָנצוהענגען. ער איז בכלל נישט קלאָר אָדער פאַרזיכערט אַז ס'גייט זיין גוט, אָבער ער קריגט זיך אַריינצולייגן אין זיין נפש מחשבות פון חיזוק און אמונה וואָס זאָלן אים אויפהייבן, אַז ער זאָל נישט ווערן אַראָפּגעשלעפּט מיט צעבראָכענע געפילן צוליב דעם מצב.

די סיבה פאַרוואָס דאָס הייסט מסירת נפש, איז ווייל געווענליך נעמט אַ מענטש זיין חיות פון דעם מצב וואו ער געפינט זיך: "ברוך ה' איך האָב אַ משפּחה, ברוך ה' איך בין געזונט, ברוך ה' פאר די פּרנסה"... אָבער אין דער רגע וואָס ער זעט אַז זיין מצב פאַלט צוזאַם, צום ביישפּיל אַז די פּרנסה ווערט ווייניגער און ווייניגער, הייבט דער מח אָן צו מצייר זיין אַלע סאָרט שרעקעדיגע מצבים, און דאָס שלעפּט זייער שטאַרק אַראָפּ דעם מענטש, ווייל ער כאַפּט אפילו נישט וויפיל ער האָט יונק געווען פון זיין ביז -יעצטיגע סטאַבילן מצב. דאָס האָט אים געגעבן זיין רואיגקייט און חיות.

נעמען חיות פון דעם מקור החיים

דער רבוש"ע זאָגט: לאָמיר אָנהויבן מיט איין טאָג אויף אַמאָל! פּרוביר אויפצושטיין פרי, לערנען און דאַווענען, און מסיח דעת זיין פון דיין מצב. פּרוביר זיך אָנצושטרענגען צו זיין בשמחה פאר פינף מינוט. אויב דו קענסט דאָס טון, טוסטו דורכדעם ווייזן אַז ,דו נעמסט נישט דיין חיות פון דעם עולם הזה ווייל דו האסט דאָך יעצט נישט קיין חיות פון דיין מצב, דו ווייסט זייער גוט אַז דו געפינסט זיך אין אַ סכנה. פון וואו נעמסטו חיות און שמחה? דיין שמחה איז מיט'ן רבוש"ע אַליין. "שוש אשיש בה' – איך האָב דעם אויבערשטן! נישט ווייל איך בין זיכער אַז די זאַך גייט זיך אויסאַרבעטן אויפ'ן בעסטן אופן. אודאי קען דאָס אויך זיין, ווייל דער אויבערשטער איז דאָך אַ טוב ומטיב, אָבער נישט פון דאָרט נעם איך מיין חיות. איך בין יעצט נישט עוסק אין יענעם ענין, איך לערן יעצט אן אַנדערע מסכתא".

דער ריכטיגער מהלך זיך צו שטאַרקן בעת צרה

ווען אַ מענטש גייט דורך אַ פּרשה וואָס נעמט אים מורא'דיג שטאַרק איבער, און ס'גייט אים ממש בנפשו, איז דאָ איין מהלך אַז ער זאָל נעמען חיות 'פון זיין נפש'. ער איז זיך כסדר מחזק: "ס'וועט יאָ זיין גוט, איך וועל טון אַזוי, איך וועל טון אַנדערש", אָבער נאָכדעם קומען אים אַריין מחשבות: "אפשר וועט זיך עס נישט אויסאַרבעטן". און אַזוי גייט עס אַהין און צוריק.

אָבער דאַן איז דאָ אַ מהלך פון מסירת נפש, ווען דער איד זאָגט: "יעצט אויף דער מינוט בין איך בכלל נישט אין דער מסכתא פון זיין פאַרנומען מיט מיין אייגענעם רצון. איך קען נישט מבטיח זיין אַז איך גיי אַלעמאָל אַזוי זיין, אָבער כאָטש יעצט אויפ'ן מינוט נעם איך חיות פון עפּעס אַנדערש! מוטשע מיך נישט יעצט וועגן דעם פּראָבלעם. ס'איז טאַקע זייער וויכטיג, אָבער איך מעג יעצט לערנען, איך מעג יעצט דאַווענען, איך מעג יעצט זינגען שירות ותשבחות און זיך מדבק זיין צום אויבערשטן".

גיי אַרויס פון דעם קריזיס, הייב אן דאַנקן!

עס שטייט אין מדרש (ילקוט שמעוני שמות, רמז רלג) מה תצעק עלי דבר אל בני ישראל ויסעו - אמר משה להקב"ה ומה לנו לעשות, אמר ליה הקב"ה, עליך ליתן שיר ושבח למי שהמלוכה שלו.

איז באַקאַנט די קשיא וואָס אַלע פרעגן: משה רבינו שרייט צום אויבערשטן אַז אידן זענען אין אַ סכנה ביים ים סוף, וואָס איז די תשובה פון 'מה תצעק אלי'? וואָס דען זאָל אַ איד טון ווען ער געפינט זיך אין אן ענגשאַפט? ס'איז דאך אן עת צרה, יעצט זאָלן מיר געבן אַ שיר ושבח? יעצט דאַרף מען איינרייסן און דאַווענען פאַר'ן מצב!

נאר דאָ ליגט דער זעלבער יסוד: ווען דו דאַוונסט אויף דיין מצב, ביסטו למעשה פעסט צוגעבונדן מיט דיין רצון צו דיין מצב. דו ווילסט גאָר שטאַרק האָבן די ישועה, נאר דו לייגסט אויך צו אַז "אם ירצה ה', בסייעתא דשמיא, וועט עס טאַקע געשען. דער אויבערשטער וועט העלפן, די סגולה וועט העלפן"... דיין רצון איז אָבער גאָר שטאַרק צוגעבונדן צום מצב. דו ביסט נאָך אַלץ אין דער מצומצם'דיגער מסכתא פון טבע. דו ווילסט נאָך נעמען חיות דערפון, און דו ווילסט נישט נעמען חיות פון אַ צווייטן פּלאַץ: "אפשר דאָך קען מען עס מאַכן אַרבעטן"...

דערפאַר זאָגט דער רבוש"ע: "מה תצעק אלי, עליך ליתן שיר ושבח למי שהמלוכה שלו. – לאָז שוין אָפּ! זיי מסיח דעת אַביסל, און הייב אן נעמען חיות פון אַן אַנדערע פּלאַץ." דאָס לוינט זיך אפילו פּראַקטיש און חכמת חיים'דיג, ווייל ווען אַ מענטש איז מסיח דעת פון זיין מצב, הייבט ער אָן צו לעבן אַביסל. ס'איז ביי אים ווי עטליכע מינוט יום טוב... זיי נישט נאָכאַמאָל אַזוי שטאַרק פאַרנומען מיט'ן מצב אַהער און אַהין...

יעצט פּרוביר אַביסל צו דינען דעם רבוש"ע, זינג און לויב אים, דאַנק אים אויף אַלע טובות וואָס ער טוט דיר. הער אויף נעמען חיות פון דיין אייגענעם רצון, לייג עס אין אַ זייט, און הייב אן נעמען חיות פון אַ העכערן פּלאַץ. טראַכט נישט יעצט וועגן דיין נפש, געב שבח והודאה פאַר'ן אויבערשטן.

פאַרוואָס איז עס אַזוי שווער?

פאר אנשים כערכינו, וואָס זענען נאָכנישט אויף קיין הויכע מדריגות, איז דאָס גאָרנישט אַזוי פּשוט. ס'איז זייער שווער עס צו טון למעשה און עס ליגט דערין אַ געוואַלדיגע מסירת נפש, ווייל דער מענטש וויל נישט אָפּלאָזן די מחשבות און די דאגות וועגן זיין מצב.

לאָמיר נאר אַביסל בעסער פאַרשטיין די שוועריגקייט פון מסיח דעת זיין פון אַ פּראָבלעם. לכאורה איז דאָס אַ גוטע עצה, אפילו פּראַקטיש גערעדט? דו מוטשעסט זיך אַזוי שטאַרק, לאָז אַביסל אָפּ די מחשבה דערפון, האָב אַביסל הנאה צו טראַכטן פון אַנדערע זאַכן, כאַפּ אַריין תורה מיט תפלה, פאַרוואָס זאָלסטו זיין פאַרנומען צו טראַכטן פון דער צרה יומם ולילה?

ווען מ'ווערט פּלוצלינג פאַרנומען מיט'ן קינד

איינס פון די סיבות פאַרוואָס ס'איז למעשה יאָ זייער שווער צו מסיח דעת זיין פון פּראָבלעמען, איז ווייל ווען מען געפינט זיך אין אַ שטאַרקע ענגשאַפט ווערט מען מורא'דיג שטאַרק וועגן סיי וועלכן ענין, צוגעבינדן צו דער זאַך, ממש ווי מיט שטריק, און עס פאַרנעמט גאָר אַ גרויסן פּלאַץ אין דעם אינערליכן נפש.

לאָמיר געבן אַ ביישפּיל: אַ טאַטע האָט אַ קינד וואָס האָט ב"ה פיין חתונה געהאַט און ער וואוינט מעבר לים. דאָס קינד ברענגט אים אַסאַך נחת, אָבער דער טאַטע טראַכט נישט יעדן טאָג וועגן אים. דאָס קינד רופט אים איינמאָל אַ וואָך צו וואונטשן גוט שבת: "אָה, וויאַזוי גייט עס? ב"ה פיין. וואָס מאַכן די קינדער? געוואַלדיג". דער טאַטע האָט גענוג אַנדערע טרדות, ער איז פאַרנומען מיט די קינדער וואָס זענען נאָך אין שטוב, און ער גיט נישט אַוועק אַזויפיל מחשבה וועגן יענעם קינד.

ויהי היום, ס'קומט אן אַ ידיעה אַז דאָס קינד האָט ל"ע געהאַט אַן עקסידענט און ער געפינט זיך אין שפּיטאָל. ה' ירחם. אַצינד ווערט דער טאַטע אויסער זיך. ער זיצט אויפ'ן טעלעפאָן יעדע עטליכע מינוט מיטצוהאַלטן וואָס הערט זיך, ער טראַכט פונעם קינד אומאויפהערליך. ס'איז אים אפילו שווער זיך צו קאָנצענטרירן ביים דאַווענען און ביים לערנען.

ווען קיינער הערט נישט, לאָמיר פרעגן דעם טאַטן: "איך וויל דיר עפּעס פרעגן, זאָג מיר דעם אמת, דו האסט דאָך ב"ה אַסאַך קינדער מיט אַזויפיל ערליי פּרשיות, וויפיל מאָל האָסטו געטראַכט במשך דעם לעצטן יאָר וועגן דעם ספּעציפישן קינד? פאַרוואָס ביסטו יעצט געוואָרן אַזוי פאַרנומען מיט אים? טו דאָס וואָס דו האסט געטון די לעצטע עטליכע חדשים, ווען דו האסט כמעט נישט געטראַכט פון אים! העכסטנס קענסטו יעדן טאָג זאָגן איינמאָל אַז "כל מה שאעסוק היום בתורה ובתפלה ובמצוות' זאָל זיין לזכות פון דעם קינד", אַ שטייגער ווי דער 'הרינו מכוין' פונעם בוטשאטשער רב, אַז מ'האָט איינמאָל אינזין די כוונות פון די שמות פאַר'ן גאַנצן טאָג; אָבער דו גיי אן ווייטער מיט דיין סדר היום! האסט דאך נאָך אַנדערע זאַכן וואָס צו טון. די אַלע אָפּדעיטס וואָס דו באַקומסט כסדר, העלפן סייווי גאָרנישט, ס'מאַכט דיר בלויז פאַרנומען דעם קאָפּ!

אַז מ'פאַרלירט עפּעס, ווערט מען צוגעבונדן דערצו

די תשובה איז אָבער זייער פשוט: דוקא ווען ס'קוקט אויס אַז מ'גייט עפּעס פאַרלירן, ווערט דער מענטש צוגעבונדן צו יענע זאַך גאָר שטאַרק. ער האָט מורא אַז ער גייט עס פאַרלירן, און ער וויל עס אָנהאַלטן מיט אַלע כוחות. אַזוי האָט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט די טבע פונעם מענטש, אַז דעמאָלט וועקט זיך אויף די אינערליכע הרגשים: "איך באַקום חיות פון יענע זאַך, און אויב איך וועל עס נישט האָבן, וועל איך זיין אַ פאר'צרה'טער מענטש. איך וויל עס יאָ האָבן! איך וויל באַקומען אַ ישועה!" – ער ווערט מורא'דיג צוגעבינדן צו דעם רצון.

אַ לייכטערע משל דערצו איז, ווען אַ מענטש גייט דורך אַ קריזיס אין דעם ענין פון 'פרנסתו של אדם כקריעת ים סוף'. ער האָט מורא אַז זיין ביזנעס הייבט אָן צו גיין באַרג אַראָפּ און ער גייט עס פאַרלירן; צי ווייל אַ צווייטער האָט געעפנט די זעלבע סאָרט סערוויס, צי ווייל די טעכנאָלאָגיע מאַכט פאָרשריט און ס'נעמט איבער זיין פאַך. ער פלעגט פאַרדינען שיין פּרנסה, און דאָ הייבט ער אָן שפּירן אַז ס'פאַלט אים אַרויס צווישן די פינגער. ער שפּירט ווי ער דאַרף זיך געזעגענען פון זיין ביזנעס. ער גייט אַלעס פאַרלירן.

ווען אַ מענטש טרעפט זיך אין דעם מצב, איז זיין גאַנצע נפש קאָנצענטרירט מיט אַ טיפן רצון אַז ער וויל עס נאָך אָנהאַלטן און בלייבן מיט דער פּרנסה. איי, פאַרוואָס דאַרפסטו האָבן דוקא די דאָזיגע פּרנסה? ס'איז דאָך דאָ אַזויפיל אַנדערע פּרנסות אויף דער וועלט! וואָס טוען אַלע אַנדערע היימישע אידן וואָס לעבן ב"ה און פאַרדינען געלט פון אַנדערע פּלעצער? דו מוזט בלייבן דוקא מיט די פּרנסה וואָס דו האסט געהאַט די לעצטע עטליכע יאָר? איז דער רבוש"ע אַזוי מצמצום חלילה?

דער הסבר דערויף איז, ווייל ביז יעצט האָט ער גענומען חיות פון דעם מצב, דעריבער וויל ער זיך בשום אופן נישט אָפּטשעפּן פון דער זאַך וואָס גיט אים חיות. מ'קען אים מסביר זיין מיט צען סאָרט הסברים: "לאָז זיך אָפּ דערפון, דער אויבערשטער קען דיר געבן אַסאַך אַ בעסערע פּרנסה". אָבער עס העלפט נישט, ווייל רוצה אדם בקב שלו, ער איז עמאָציאָנאַל מחובר צו דער זאַך, אפילו אויב לאָגיש קענען אים אַנדערע זאַכן העלפן אַסאַך מער. ער קען זיך פּשוט נישט אָפּטיילן דערפון.

זיך אָפּטיילן פונעם אינערליכן רצון

דערפאַר איז דאָס מסירת נפש! אָבער דער רבוש"ע זאָגט פאַר'ן מענטש: "איך האָב אַ בעסערן פּלאַץ פון וואו דו קענסט יונק זיין חיות, און וואו דו קענסט באַקומען אַלע סאָרט הצלחות בגשמיות און ברוחניות. דאגה נישט". אַ איד דארף דערהערן אַז ער קען אויפהערן צו נעמען חיות פון זיין רצון, און אָנהויבן נעמען חיות פונעם רבוש"ע!

מ'זעט אַן אינטערעסאַנטע זאַך: ווען דער מענטש מאַכט אַמאָל אַ גוטן ביזנעס געשעפט, הייבט ער גלייך אָן צו דמיון'ען אַז ער גייט ווערן דער וועלט'ס עושר, ווייל מסתמא גייט ער מאַכן אַזעלכע דיעלס יעדן טאָג... ווען איינער האָט מצליח געווען אויסצופירן אַ שידוך, פרעגט ער צומאָרגנס צי דער חתן האָט אפשר אַ יונגערע ברודער, ווייל ער זעט זיך שוין אַלץ דער גרעסטער שדכן אין שטאָט...

דאָס זעלבע איז פאַרקערט, ווען די פּרנסה גייט אַביסל אויף אַראָפּ, הייבן זיך אָן אַלע סאָרט דמיונות אַז "עס גייט זיך שוין קיינמאָל נישט אויסאַרבעטן"... פאַרוואָס ביסטו אַזוי זיכער אַז דו גייסט אינגאַנצן אָנזעצן? אָבער אַזוי אַרבעט דער רצון פונעם מענטש: ווען ער שפּירט אַז ער גייט עפּעס פאַרלירן ווערט ער נפשית'דיג מחובר דערצו.

דער רבוש"ע בעט פונעם מענטש מסירת נפש. מסירת נפש מיינט: – "הער אויף צו זיין עמאָציאָנעל מחובר צו דיין ביז-יעצטיגן מצב. איך בין דיר מבטיח אַז דו דאַרפסט נישט האָבן יענע זאַך. דיין חיות קען קומען פון אַן אַנדערן פּלאַץ! דו קענסט אַוועקגיין פון דאָרט מיט אַ רואיגקייט, און באַקומען אַסאַך מער חיות פון ערגעץ אַנדערש! דו דאַרפסט נאר האָבן צוטרוי אין השי"ת אַז ער קען דיר געבן דיין חיות אין אן אַנדערן פּלאַץ.

דער פּחד אַז ס'וועט זיך אויסבלאָזן...

איר קענט דעם מצב ווען מ'דאַרף נעמען אַ לעכט פונעם שכן אָנצוצינדן דעם נר של יום טוב, און מ'דאַרף האָבן סייעתא דשמיא דורכצומאַכן דעם וועג בשלום, אַז ס'זאָל זיך נישט אויסלעשן ביז מ'קומט אן צוריק אַהיים?

דאָס איז די הרגשה פונעם מענטש וואָס זעט אַז ער גייט פאַרלירן עפּעס וואָס ער האָט געהאַט: איך ווייס טאַקע טעכניש אין מח אַז מ'קען אויך מאַכן פּרנסה פון אַ צווייטן; איך ווייס אַז דער שידוך קען קומען פון אַן אַנדערע פּלאַץ; איך גלייב אַז די ישועה קען קומען פון גאָר אַן אַנדערע ריכטונג. אָבער איך בין נישט רואיג... אפשר דאָך, לאָמיר פּרובירן בלייבן דאָ. ס'איז מיר שווער אָפּצולאָזן מיין אַלטע חיות, נאָך איידער איך באַקום די נייע... מ'דאַרף דערצו האָבן אַסאַך אמונה, אַז דער רבוש"ע וועט דיר ברענגען חיות פון אַ נייעם אָרט!

ווען אַ איד געפינט זיך אין אן ענגשאַפט, כאַפּט ער נישט ווי שטאַרק זיין רצון איז צוגעבינדן צו זיין מצב. ער דאַרף דערהערן: אויב דו ביסט אַראָפּגעשלעפּט, בעצבות און צעבראָכן, זיי מסיח דעת פון דעם גאַנצן נושא! דיין נפש מוז נישט נעמען חיזוק דווקא פון דער פּלאַץ וואו דו האסט געוואָלט. נעם דיין חיות פון דינען השי"ת און פון זינגען צום רבוש"ע!

ג

אַ איד דארף בלויז אָנהויבן, דערנאָך וועט השי"ת אים שוין העלפןהמעביר בניו;

וואָס איז די לעזונג פון אַריינשפּרינגען אין ים?

לאָמיר זיך מתבונן זיין: ווען אידן זענען געשטאַנען על שפת הים, זענען זיי דאָך אַנטלאָפן פון די מצריים ווייל זיי האָבן געוואָלט בלייבן לעבן. זיי שרייען קולות וברקים אַז די מצריים לויפן זיי נאָך. וואָס איז די פּראָבלעם? ווייל די מצריים ווילן זיי הרג'נען. זאָגט דער רבוש"ע פאר משה רבינו: "מה תצעק אלי, דבר אל בני ישראל ויסעו". און לויט ווי מ'האָט פריער געלערנט פון ספה"ק, איז דער טייטש דערפון אַז אידן זאלן אַריינשפּרינגען אין ים מיט מסירת נפש.

וואָס איז געווען די תשובה פון השי"ת צו דעם פּראָבלעם פון אידן? זיי האָבן געהאַט אַ פּחד אַז מ'גייט זיי הרג'נען. וואָס זאָגט דער אויבערשטער? "גיי טאַנץ אַריין אין ים". דאָס איז דאָך נישט קיין לעזונג צו דעם פּראָבלעם?!

באַקומען נייע חיות, נאר נאָכ'ן איבערלאָזן די אַלטע

די תשובה דערויף איז: דו ביסט יעצט צוגעבינדן צו דעם מצב און דו שפּירסט כאילו דו קענסט נישט און באַקומען קיין חיות, נאר אויב ס'וועט זיין כך וכך, טאָמער נישט, קענסטו נישט האָבן קיין חיות.

דער רבוש"ע וויל אָבער מדריך זיין דעם מענטש אַז ער קען לעבן בשמחה אויך ווען דו וועסט נישט זיין אין דעם יעצטיגן מצב! דער אויבערשטער זאָגט אים: "דבר אל בני ישראל ויסעו – גיי ווייטער!". איי, איך האָב מורא אַז איך גיי נישט האָבן פון וואו צו נעמען חיות? איך זע נישט וויאַזוי כ'וועל קענען האָבן פּרנסה? איך האָב מורא אַז כ'וועל נישט קענען גיין ווייטער אין לעבן? זאָגט דער רבוש"ע: " צוערשט לויף אַוועק פון דעם פריערדיגן חיות. איך בין דיר מבטיח אַז כ'וועל זיין מיט דיר!"

מסירת נפש מיינט: "איך האָב טאַקע נישט פון וואו צו נעמען חיות, אָבער כ'וועל פאָלגן וואָס דער רבוש"ע הייסט מיר, צו זיין בשמחה! איך הענג זיך אָן אין דעם אויבערשטן, ער איז מיין חיות! איך לאָז אָפּ אַלע חשבונות, איך בין מסיח דעת פון אַלע מחשבות און דאגות, 'וישמחו כל חוסי בך לעולם ירננו', איך פריי זיך מיט'ן אויבערשטן אַליין" – דעמאָלט וועסטו זען אַז נאָכדעם וועט טאַקע אַראָפּקומען למעלה מדרך הטבע'דיגע סאָרט ישועות. דאָס קומט ווייל דער איד האָט זיך אויפגעהויבן העכער זיין אייגענע טבע, מיט אַ מסירת נפש.

דער פּחד פון אידן, און די באַרואיגונג פון השי"ת

עס שטייט אין ספה"ק אַז דער אורח לחיים געוואַלדיגער פּחד וואָס אידן האָבן געהאַט שטייענדיג ביים ים סוף, איז נישט געווען ווייל זיי האָבן מורא געהאַט פון די מצריים, נאר ווייל זיי האָבן פאַרשטאַנען אַז כדי צו באַקומען די ישועה דאַרפן זיי אָנקומען צו אַ הויכע מדריגה און זיי האָבן געשפּירט אַז זיי זענען נאָכנישט אויף דער דרגא. ס'האָט זיי נישט אויסגעקוקט אַז זיי קענען דאָס באַווייזן.

דעריבער האָט זיי דער אויבערשטער געזאָגט: " גייט אַריין אין וואַסער, הייבט נאר אן אַביסל! און איך וועל אייך העלפן. איר וועט האָבן סייעתא דשמיא!"

לאָמיר כאָטש אָנהויבן אַביסעלע...

אַזאַ שטיקל אורח לחיים איז זייער נוגע פאַר אונז, ווען מ'לערנט דעם הייליגן יסוד פון ספרים הק' - אַז ווען מ'געפינט זיך אין אַן עת צרה, זאָל מען זיך מבטל זיין אינגאַנצן פאַר'ן רצון ה', און אָנגיין מיט אַ שמחה אפילו אויב מ'ווייסט נישט צי השי"ת וועט אויספירן מיין פּלאַן – טראַכט דער מענטש: "דו ווילסט אַז איך זאָל זיך מוסר נפש זיין, אָבער איך כ'שפּיר נישט אַז כ'בין אויף דער מדריגה דאָס צו קענען באַווייזן"... אַזאַ זאָגט דער אורח לחיים אַז אַ איד דארף בלויז אָנהויבן. נאָכדעם וועט אים דער אויבערשטער שוין העלפן.

די טייטש פון 'אָנהויבן' איז: צו זיין בשמחה און מסיח דעת זיין פון דעם פּראָבלעם, כאילו ס'האָט נישט מיט דיר. גיי אָן מיט דיין סדר היום! שטיי אויף פאַרטאָגס מיט אַ חיות, נישט קיין געשלעפּטע פאַרשלאָפענע מעשיות... ווען מענטשן זען דיין פּנים און דיין אויפפירונג זאָלן זיי זיכער זיין אַז מ'רעדט דאָ פון אַ מענטש וואָס האַלט אינמיטן אַ שטאַרקע הצלחה... דאָס מיינט אַז דו האסט 'אָנגעהויבן' מיט אַ שטיקל מסירת נפש. און אויב דו וועסט אָנהויבן וועט דער אויבערשטער זיכער שפּעטער העלפן, הבא לטהר מסייעין אותו!

ס'איז יאָ אַ געוואַלדיגע מסירת נפש!

צומאָל קען זיך עס הערן ווי אַ סתירה: אויב דער רבוש"ע איז מבטיח אַז נאָכדעם וואָס מ'וועט זיך מוסר נפש זיין, וועט קומען די ישועה. אויב אַזוי, טו איך דאָס ווייטער בלויז ווייל איך גיי באַקומען די ישועה? אויב איך ווייס שוין דעם סוד אַז דורך מסירת נפש וועל איך האָבן די ישועה, איז דאָך עס אַן 'אחטא ואשוב'דיגע מצב... איך טו עס נאר ווייל איך וויל האָבן די ישועה, אויב אַזוי איז עס שוין נישט קיין מסירת נפש...

די תשובה איז, אַז ס'איז גאָרנישט קיין לייכטע זאַך אָנצוגיין מיט אַ שמחה בשעת מ'איז אַראָפּגעשלעפּט פון דעם מצב! אפילו אויב מ'ווייסט אַז דער אויבערשטער גייט העלפן, איז עס נאָך אַלץ אַ מסירת נפש זיך אפצוטשעפענען פונעם אַלטן מצב. אָט דער שטאַפּל, בשעת דער מענטש שפּירט אַז ער פאַרלירט זיין גאַנצע חיות, און ער האָט נאָכנישט קיין נייע חיות, דאָס איז ריכטיגע מסירת נפש!

אַוועקוואַרפן אַלטע הרגלים, טוישט די חיות

לאָמיר נעמען אַ ביישפּיל פון איינעם וואָס ליידט אויף אַ געוויסע שלעכטע הרגל. ער דארף האָבן אַ נס פון קריעת ים סוף פּטור צו ווערן פון דעם געוואוינהייט. ער האָט שוין פּרובירט טויזנט מאָל זיך אָפּצורייסן דערפון, אָבער ס'גייט נישט. עס האַלט אן אַמאָל אַ וואָך און אַמאָל אַהאַלבן טאָג, און דערנאָך פאַלט ער נאָכאַמאָל דורך.

זאָל דער מענטש פאַרשטיין אַז יעדע הרגל ברענגט אַריין אין זיין נפש עפּעס אַ חיות און אַ געשמאַק. ער קען זוכה זיין צו אויפצוגעבן די אַלטע חיות און באַקומען אַ נייע חיות פון גוטע זאַכן, אָבער די עיקר מסירת נפש איז ווילאַנג מ'איז נאָכנישט אָנגעקומען דאָרט. איינמאָל דער מענטש גייט שוין האָבן חיות פון זיין נייע פּלאַץ, וועט אים שוין מער נישט אינטערעסירן די אַלטע, אָבער דערווייל האָט ער נאָכנישט די נייע חיות. עס פאָדערט זיך דעריבער מסירת נפש, אַז ער זאָל אָפּלאָזן די אַלטע, אפילו ווען ער האָט נאָכנישט קיין נייע, און גלייבן באמונה שלימה אַז "דער אויבערשטער וועט מיר זיכער העלפן און געבן חיות פון אַן אַנדערע גוטע פּלאַץ".

זיך פארלאזן אויף השי"ת אַז ס'קען קומען חיות פון ערגעץ אַנדערש

וויפיל אידן זענען שוין דורכגעגאַנגען אַזאַ סיטואַציע, ווען זיי האָבן אינוועסטירט אין אַ פּרנסה; זיי האָבן געבאָרגט געלט צו משקיע זיין, אָבער שפּעטער הינקעט די ביזנעס אונטער און ס'איז נישט אַזוי מצליח. שפּעטער זעט ער וויאַזוי דער רבוש"ע האָט אים געשיקט פּרנסה פון אַ צווייטן פּלאַץ. אָבער יענער שטאַפּל אין לעבן, ווען מ'שטרענגט זיך נאָך אָן צו מאַכן די אַלטע זאַך אַרבעטן, איז דאך אַזוי שווער!

נאַטירליך וויל אַ מענטש באַקומען חיות פונעם אַלטן פּלאַץ: "אפשר דאָך קען מען עפּעס מאַכן?"... ער וויל נישט זיין קיין פאַרלירער און קיין דורכפאַל, ווייל "איך האָב דאך אַזויפיל אַריינגעלייגט אַז דאָס זאָל מצליח זיין". אָבער דער רבוש"ע וויל אַז דו זאָלסט זיך פאַרלאָזן אויף אים אַז דיין חיות קען קומען פון אַ צווייטע פּלאַץ, אַסאַך מער בהרחבה. דאָס איז אן עבודה, צו לוחם זיין מיט זיך אַליין, און געדענקן אַז דער אויבערשטער וועט דיר געבן חיות פון ערגעץ אַנדערש. ווען אַ מענטש הייבט אָן צו לעבן אַזוי, העלפט אים דער רבוש"ע אַז ער וועט טאַקע אָנקומען צו דער מדריגה.

More in this printout

View the whole printout