Skip to content
הבינני

אין שווערע אומשטענדן פאָדערט זיך אמונה מיט מסירת נפש

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

וועלכע מצוה האָט געברענגט דעם נס פון קריעת ים סוף?

דער שם משמואל ברענגט (שביעי של פּסח תרע"ד) פון זיין פאָטער, דער אבני נזר, אַז כידוע, איידער אידישע קינדער זענען אַרויס פון מצרים האָט זיי דער אויבערשטער געגעבן די מצוות פון 'פּסח' און 'מילה', ווייל ס'האָט געדאַרפט זיין עפּעס אַן 'אתערותא דלתתא' אַז מ'זאָל זיין ראוי צו אויסגעלייזט ווערן. בזכות דעם וואָס זיי האָבן עוסק געווען אין די מצוות האָבן זיי געקענט אַרויסגיין פון מצרים.

אויב אַזוי שטעלט זיך די שאלה: וועלכע מצוה האָבן אידן געטון איידער זיי האָבן זוכה געווען צו דעם נס פון קריעת ים סוף? דער נס פון קריעת ים סוף איז דאך אַסאַך אַ גרעסערער נס ווי יציאת מצרים, ס'איז געווען היפוך הטבע, סיי בגשמיות מיט אַזעלכע געוואַלדיגע נסים, און סיי ברוחניות אַז מ'האָט דאָרט זוכה געווען צו אַ גילוי פון 'ראתה שפחה על הים'. ס'קען נישט זיין אַז אידן האָבן געהאַט אַזאַ ריזיגע נס אן מקיים זיין עפּעס אַ מצוה בעפאָר. וואָס איז געווען די מצוה?

קריעת ים סוף לערנט אונז די אמונה אויפצוגעבן קאָנטראָל

שב+יע+י של פ+סח

ויאמינו בה';

ערב שביעי של פּסח תשפ"ה

מסירת נפש ברענגט אַ שינוי הטבע

האָט דער אבני נזר געזאָגט אַז די אתערותא דלתתא איז געווען די געוואַלדיגע מסירת נפש וואָס אידישע קינדער האָבן געהאַט אַריינצוגיין אינעם וואַסער ביז די נאָז. אָט די מסירת נפש איז שוין געווען גענוג אַלס אַ זכות צו ברענגען דעם גרויסן נס פון קריעת ים סוף!

דער שם משמואל איז דאָרט מרחיב די ווערטער פונעם אבני נזר, אַז אידן האָבן דאָ זוכה געווען צו אַזאַ שינוי הטבע דוקא צוליב זייער מסירת נפש. ווייל ווען מ'טוט נאר איין מצוה, איז דאָס נאר איין פּרט. אָבער ווען מ'טוט אַ מסירת נפש איז דאָס בעצם אַזויווי מ'גיט אַלעס אַוועק, און ס'איז גערעכנט אַזויווי מ'וואָלט מקיים געווען אַלע מצוות. דערפאַר איז דאָס געווען גענוג ממשיך צו זיין אַ נס – למעלה מדרך הטבע.

וויאַזוי צו באַקומען אַן אייגענע קריעת ים סוף

דער הייליגער תולדות ברענגט אין זיינע ספרים, אַז יעדער מענטש אין זיין אייגענעם לעבן דארף דאָך אָנקומען צו אַ פּריוואַטע 'קריעת ים סוף' – געהאָלפן צו ווערן פון די פּראָבלעמען וואָס ס'קוקט אים אויס אַז ס'איז נישטאָ קיין וועג אַרויס דערפון. סיי אין פּרנסה, סיי אין זיווג, און סיי אין אַלע סאָרט שוועריגקייטן. ווי ס'שטייט אין ספרים אַז 'קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף' מיינט נישט בלויז אַ שידוך, נאר 'זיווגו' מיינט יעדע זאַך וואָס דאַרף זיך צוזאַמענטרעפן כדי איינער זאָל געהאָלפן ווערן. ער דארף טרעפן דעם ריכטיגן פּלאַץ זיך משלים צו זיין, אַ צווייטער דארף טרעפן אַ גוטע פּרנסה, אַ דריטער דארף טרעפן אַ חברותא, א.א.וו. יעדע סאָרט צורך וואָס אַ מענטש דארף טרעפן, איז אַריינגערעכנט אין דעם 'זיווגו של אדם'.

זאָגט דער תולדות אַז ווען אַ איד האָט מסירת נפש, אַזויווי אידן האָבן געהאַט ביים ים סוף, איז דאָס ממשיך אַ שינוי הטבע און ס'וועט אים ברענגען זיין פּריוואַטן קריעת ים סוף וואָס ער דאַרף האָבן. ווייל אויב דו פירסט זיך למעלה מדרך הטבע, אַז דו ביסט זיך מוסר נפש, פאַרקערט פון דיין נאַטור, וועט דער רבוש"ע דיר העלפן מיט אַ הנהגה פון למעלה מדרך הטבע!

די עיקר שוועריגקייט וואָס שטערט פאַר'ן מענטש ווען ער ווארט אויף אַ ישועה, איז ווייל ס'קוקט אים אויס אַז ס'איז נישטאָ קיין וועג וויאַזוי ער זאָל געהאָלפן ווערן. ער דאַרף האָבן עפּעס אַ חידוש וואָס איז למעלה מדרך הטבע, ווייל אויפ'ן טבע'דיגן וועג זעט מען נישט וויאַזוי ס'קען דאָ זיין אַ ישועה. אָבער אויב דער איד גייט אַרויס פון זיין אייגענע טבע, וועט ער ממשיך זיין פון אויבן אַ הנהגה פון למעלה מדרך הטבע. דיין מצב איז טאַקע זייער קאָמפּליצירט, אָבער ס'איז דאָ וואָס צו טון. דו דאַרפסט פּשוט אַרויסגיין פון דער צמצום'דיגער וועלט.

וואָס איז געווען דער חשבון פון אידן ביים ים סוף?

אַ שטאַרקע הוספה, צו דעם גרויסן יסוד, שטייט אין ספה"ק דברי משה (פון הרה”ק רבי משה שה”ם מדאלינא זי”ע, וואָס איז נאָך געווען אַ תלמיד פון בעש”ט הק’ און שפּעטער אַ תלמיד פון הרה”ק המגיד מזלאטשוב זי”ע) פּרשת בשלח. ס'איז כדאי צו געדענקן דעם מראה מקום, ווייל אַסאַך מאָל זענען מענטשן מסופק אין דער שאלה, און דאָ שטייט דערויף זייער אַ קלאָרע תשובה.

דער דברי משה זאָגט אַז ס'איז דאָ צוויי מהלכים, אָפּצולערנען די מחשבה און דעם צוגאַנג וויאַזוי פון אידן בשעת ווען זיי זענען אַריינגעטאַנצן אין ים, ווען השי"ת האָט געזאָגט: 'דבר אל בני ישראל ויסעו'.

דער ערשטער מהלך איז, אַז זיי זענען געווען פאַרזיכערט אַז דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן און דער ים וועט זיך שפּאַלטן. זיי זענען אַריין אין ים מיט אַ קלאָרן בטחון אַז השי"ת וועט זיי ברענגען אַ ישועה.

דער צווייטער מהלך איז, אַז זיי האָבן טאַקע נישט געוואוסט אויב דער אויבערשטער גייט זיי ראַטעווען ממות לחיים. זיי האָבן געטראַכט אַז אפשר האָט דער רבוש"ע אן אַנדערן פּלאַן, אָבער פאָרט זענען זיי אַריינגעטאַנצן מיט מסירת נפש, בלויז ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן, אָן קיין שום חשבונות אַז זיי וועלן געהאָלפן ווערן.

וואָס זאָל מען טראַכטן בעת מצוקה?

דאָס איז אייגנטליך זייער אַ וויכטיגע שאלה וואָס איז אַקטועל פאר יעדן מענטש, ווייל דער רבוש"ע לערנט אונז אויס וויאַזוי אַ איד קען זוכה זיין צו אַן אייגענעם קריעת ים סוף: "דבר אל בני ישראל ויסעו- גיי ווייטער מיט אַן אמונה, און אַזוי וועסטו געהאָלפן ווערן מיט דיינע אייגענע ענגשאפטן!"

די שאלה איז נאָר, וואָס איז דער ריכטיגער מהלך המחשבה ווען אַ איד שטייט אין אַזאַ סיטואַציע? זאָל ער טראַכטן: "איך גיי זיכער האָבן אַ ישועה און דערפאַר שפּרינג איך אַריין"? אָדער איז דער מהלך צו טראַכטן: "איך ווייס נישט וואָס דער אויבערשטער גייט טון, אָבער איך שפּרינג אַריין מיט מסירת נפש ווייל דאָס איז דער רצון ה', טראָצדעם וואָס כ'ווייס נישט אויב ער גייט שפּאַלטן דעם ים פאר מיר"?

עס פאָדערט זיך אַריינצוטאַנצן מיט מסירת נפש

זאָגט דער דברי משה אַז דער צווייטער מהלך איז ריכטיג! ער טייטשט די פּסוקים אין פּרשת בשלח, אַז משה רבינו האָט געזאָגט: הִתְיַצְּבוּ וּרְאוּ אֶת יְשׁוּעַת ה' – ער איז צוערשט געגאַנגען מיט'ן ערשטן מהלך, זאָגנדיג פאר אידן אַז ס'וועט זיכער זיין אַ ישועה. אָבער דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט: ניין, דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִסָּעוּ – באַפעל פאר אידן אַז זיי זאָלן גיין מיט מסירת נפש!

דערנאָך האָט השי"ת געזאָגט: וְאַתָּה הָרֵם אֶת מַטְּךָ - דו משה רבינו זאָלסט אויפהייבן דעם שטעקן און שפּאַלטן דעם ים, ווייל איך גיי זיי ברענגען אַ ישועה, אָבער דאָס זאָלסטו נישט פאַרציילן פאר אידן. דער ריכטיגער וועג צו ברענגען אַ ישועה איז דורך אמת'ע מסירת נפש, און אויב מ'ווייסט אַז מ'גייט דאָ גאָרנישט פאַרלירן, איז עס דאָך נישט קיין מסירת נפש... עס קומט נישט אן שווער, ווייל מ'האַלט אינמיטן שעפּן די ישועה מיט אַ שעפּ-לעפל. מסירת נפש באַדייט ווען מ'טאַנצט אַריין ווייל דער רבוש"ע האָט אַזוי געהייסן, אָן קיין פּלאַן אַז מ'גייט געהאָלפן ווערן, און דוקא די מסירת נפש ברענגט שפּעטער די ישועה.

מען מוז אָנקומען צו 'למעלה מדרך הטבע'

אונזער נפש האָט נישט אַזוי ליב צו הערן אַזעלכע ווערטער... אונזער נפש וויל הערן הבטחות אַז ס'גייט זיכער קומען אַ ישועה. לאָמיר דעריבער דאָס אַביסל מקרב זיין אל הלב, אַז ס'זאָל נישט זיין אַזוי שווער אָנצונעמען, און אַז מ'זאָל דערהערן די זיסקייט וואָס די צדיקים לערנען אונז אויס.

דאָס איז זיכער און קלאָר אַז אַ איד קען אַלעמאָל זוכה זיין אַז דער ים זאָל זיך שפּאַלטן פאַר אים לגבי אַלע שווערע פּלעצער וואו ער דאַרף געהאָלפן ווערן. זאָלסט נישט האָבן קיין צווייפל אַז דער רבוש"ע וויל אַז דער ים זאָל זיך שפּאַלטן פאַר דיר, דער אויבערשטער האָט כביכול אַ תענוג ווען ס'קומט אַ ישועה למעלה מדרך הטבע, דאָס איז זיין גרעסטע נחת רוח! ווייל ווען אַ איד איז בצער, האָט כביכול די שכינה הק' אַ צער. איז דען אַ ספק אַז דער רבוש"ע וויל העלפן דיין מצב? אוודאי וויל ער ברענגען די ישועה. די שכינה הק' אַליין איז דאָך אויך בצער פון דעם מצב.

More in this printout

View the whole printout