Skip to content
הבינני

דאנקן השית ברענגט אראפ נייע חסדים

  • Shemini
  • 5786
  • Yiddish
View printout

שירה חדשה שבחו גאולים;

צוויי שעה געדאַנקט אינעם קאַלטן ים

עס האָט מיר דערציילט אַ יונגערמאַן אַז מיט עטליכע חדשים צוריק האָט ער געהאַט אַ שרעקליכן אינצידענט, ווען ער איז אריינגעשפרינגען אין ים כדי צו ראַטעווען אַ צווייטן, אָבער די כוואַליעס האָבן זיך געשטאַרקט און אים פאַרשלעפּט גאָר ווייט, אַז בדרך הטבע איז נישט געווען קיין שום וועג אים צו טרעפן. דאָס וואַסער איז געווען אַזוי אויסטערליש קאַלט אַז ער האָט געשפּירט ווי די כוחות פאַרלאָזן אים און אָט גייט ער אויס ל"ע.

אין זיין מח האָט ער זיך שוין געזעגנט פונעם לעבן, און דעמאָלט האָט ער זיך דערמאַנט וואָס זיין רבי האָט געזאָגט אַז דער תכלית פאַרוואָס אַ איד איז געקומען אויף דער וועלט איז צו דאַנקן דעם רבוש"ע. האָט ער געטראַכט: "לאָמיר ענדיגן מיין לעבן אַזוי, מיט'ן דאַנקן דעם אויבערשטן". ער האָט אָנגעהויבן לויבן און דאַנקן אויף אַלע חסדים וואָס ער האָט נאָר געקענט געדענקן. די איינציגע פּאָזיציע וויאַזוי ער האָט זיך געקענט האַלטן אויפ'ן אויבערפלאַך פונעם וואַסער איז געווען ליגנדיג אויפ'ן רוקן. אַזוי איז ער געליגן פאר נאָנט צו צוויי שעה און געלויבט דעם אויבערשטן פאר אַלע חסדי ה', אַריינגערעכנט אויך אויף די לעצטע צוויי שעה וואָס ער געפינט זיך אין דעם מצב: "ברוך ה' אַז ס'איז געווען אויף אַזאַ סאָרט אופן"... אַזוי האָט ער געדאַנקט און געדאַנקט ביז ער האָט אָנגעהויבן פאַרלירן זיין הכרה.

אַ וואונדערליכע רעטונג – אדאנקן הודאה

ממש אין דער לעצטער מינוט, ווען זיין באַוואוסטזיין איז שוין געווען אַביסל פאַרנעפּלט, איז דאָרט אַריבערגעפאָרן אַ רעטונגס-העליקאָפּטער, וואו מ'האָט אים באַמערקט און אַרויסגעשלעפּט פון וואַסער. ער איז געראַטעוועט געוואָרן ממות לחיים, און ער איז ב"ה געזונט און שטאַרק.

די העליקאָפּטער מאַנשאַפט האָבן אים שפּעטער געזאָגט, אַז דאָס איז געווען אַן אָפענער נס. געווענליך נוצט מען נישט קיין העליקאָפּטערס צו זוכן מענטשן אין וואַסער אינמיטן די נאַכט, ווייל ווען ס'איז טונקל קען מען סייווי גאָרנישט זען, און אויך איז עס אַ סכנה פאר די מענטשן וואָס קומען אַראָפּ צו ראַטעווען. אָבער דאָ איז געווען אן אויסנאַם, אַז 'צופעליג' האָט דער העליקאָפּטער נאָך געהאַט גענוג גאַז פאר צוויי אַהאַלב שעה און ס'איז זיי בייגעפאַלן צו מאַכן נאָך איין רונדע און דעמאָלט האָבן זיי אים געטראָפן, נאָך צוויי שעה וואָס ער האָט געדאַנקט דעם אויבערשטן.

ווען ער האָט שפּעטער דערציילט זיין געשיכטע פאַר ערליכע אידן, האָבן זיי געזאָגט: "דאָס איז אַ לעבעדיגער ביישפּיל צו דעם מציאות אַז ווען ס'איז דאָ דינים אויף אַ מענטש און ער לויבט דעם אויבערשטן, ווערן נתעורר פרישע חסדים אויף אים". דער יונגערמאַן איז ב"ה געראַטעוועט געוואָרן אַדאַנק דעם וואָס ער האָט מסיח דעת געווען פון זיין מצב, נאָר ער האָט זיך געוואָנדן צו נעמען חיות פונעם אויבערשטן!

שביעי של פּסח: אַרויסגיין פון די אייגענע ענגשאַפט

דאָס וויל דער רבוש"ע אַלעמאָל פון אַ איד: לייג זיך אַראָפּ אויפ'ן רוקן, זיי מסיח דעת פון דיין מצב, הער אויף צו זיין פאר'דאגה'ט און פארקוועטשט, פאַרמאַך דיינע אויגן און הייב אָן צו דאַנקן. דאָס גייט מעורר זיין נייע חסדים! דו וועסט דורכדעם געהאָלפן ווערן למעלה מדרך הטבע, און בנוסף לזה וועט זיין 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו' - דו וועסט באַקומען אַ מתנה פון אמונה, אפילו ווען ס'האַנדלט זיך מיט בעלי בחירה. דיינע שוועריגקייטן וועלן דיך נישט איבערנעמען, ווייל דו גייסט באַקומען אַ נייע נשמה פון אמונה.

דער רבוש"ע האָט אונז געגעבן אַ יום טוב פון שביעי של פּסח, אַז מ'זאָל עס פּראַווען נישט אויף קיין חיצוניות'דיגן אופן. די פּנימיות פון דעם יום טוב איז אַ לימוד פאר יעדן איד, אַלעמאָל ווען ער געפינט זיך ביי זיין אייגענע 'שפת הים': גיי אַרויס פון דיין פארקלעמטקייט, הייב אן זינגען שירה צום רבוש"ע, און ווייס אַז דו גייסט יעצט אַרויף צו אַ העכערע פּלאַץ!

אַ מענטש געפינט זיך אויפ'ן ערשטן שטאָק פון אַ בנין, און עס רינט דאָרט אַריין וואַסער; ס'איז טונקל; די קינדער פון אויבן וואַרפן אַראָפּ זאַכן; ער האָט פאַרשידענע פּראָבלעמען. זאָגט מען אים: "גיי אַרויף נאָך אַ שטאָק, און נאָך אַ שטאָק, ביז דו וועסט זען אַז די פּראָבלעמען זענען מער נישט דאָ"... ווען אַ איד איז מסיח דעת פון זיינע צמצומים און ער זינגט צום רבוש"ע, העלפט אים דער אויבערשטער אַז ער טרעפט זיך אויף אַ נייעם פּלאַץ. עס פּאַסירט אַ קריעת ים סוף און ער ווערט אַן אַנדערער סאָרט איד!

השי"ת זאל העלפן אַז מיר קענען פּראַווען דעם יום טוב ווי ס'דאַרף צו זיין, און באַקומען די מתנות וואָס דער יום טוב ברענגט, מיט ביזת הים ברוחניות ובגשמיות.

More in this printout

View the whole printout