הר"ר אהרן גראסמאן שליט"א
אין סעריע פון "לשון טוב", פר' האזינו תשפ"ז
וואונדערבארע סברות
טייערע אידן, הערטס א מורא'דיגע מעשה וואס כ'האב געהערט פון א יונגערמאן, ר' זאב, פון לעיקוואד.
מ'רעדט דא פון א יונגערמאן וואס איז א ראש החבורה, אן עילוי, א ירא שמים, ער האט זיכער אן עתיד בס"ד. כ'האב אים געפרעגט בתוך הדברים צי ער איז אלעמאל געווען פון די מצוינים? זאגט ער "ממש נישט", ער איז געווען אמאל 'זעבי', א צוריקגעצויגן יונגל.
ער האט געהאט כשרונות, אבער ער האט נישט פרובירט ארויסצושטיין מיט זיינע כשרונות, און ס'איז אים נישט גרינג אנגעקומען צו טרעפן חברים. א שטיק צייט האט ער פרובירט צו לערנען אסאך, ס'איז אים אבער נישט געגאנגען, ער האט עפעס נישט געטראפן זיין וועג.
דאס האט אים געמאכט מער און מער צוריקגעצויגן, א שטילער, ער איז נישט ארויסגעשטאנען מיט גארנישט.
ויהי היום, ער איז אנגעקומען אין ישיבה גדולה שיעור א'. איין טאג האט ער געזאגט פאר'ן מגיד שיעור א סברא, דער מגי"ש איז ארויס פון די כלים, ער האט זייער שטארק הנאה געהאט. ער האט געפילט אז דער מגי"ש מיינט עס אמת'דיג, ער מאכט זיך נישט כדי צו געבן חיזוק, נאר ער האט באמת הנאה.
דער מגי"ש זאגט אים "דו ווייסט זעבי, דו רעדסט צו די זאך, דו האסט א גוטע קאפ, דו האסט זייער גוטע כשרונות". דער בחור איז געווען נעבעך זייער הונגעריג פאר גוטע ווערטער, האט ער זיך אנגעהויבן דרייען נעבן דעם מגי"ש און פרובירט צו זאגן סברות...
און דער מגי"ש האט עס צוגעשטעלט, ער פלעגט כסדר אויסרימען ביי יעדע געלעגנהייט זיינע וואונדערבארע סברות, וואספארא שכל הישר און שיקול הדעת ער האט. איין טאג איז זעבי נישט געווען ביים שיעור, דעם נעקסטן טאג זאגט ער אים "זעבי, כ'קען נישט אן דיר, כ'דארף דיר האבן". דאס האט אים געמאכט פילן ממש אמחי'.
ר' זאב זאגט מיר, מיט די צייט האט ער אנגעהויבן אויפהערן לעבן אויף די קאמפלימענטן פונעם מגי"ש, נישט זיין אזוי שיכור צו באקומען גוטע ווערטער, ער האט אנגעהויבן גלייבן אז יא, איך האב אייגענע כוחות, כ'האב כשרונות, כ'האב מיין וועג פון טראכטן.
ווי מער ער האט זיך אנגעהויבן פארלאזן אויף זיינע כשרונות וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, האט ער אנגעהויבן ווייניגער