Skip to content
מטעמים - אידיש

וכן הלכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל, בביהמ"ד אור חיים ריבניץ וויליאמסבורג - א' סליחות תשפ"ו:

כ'וויל דא פארציילן א מעשה, כ'האב עס געהערט ערשטע האנט.

פאר אסאך יארן צוריק איז געווען א איד וואס איז ל"ע געווען מסובך אין אן ענין פון היפך קדושה, אויף זייער א שווערן אופן. ער האט זיך מורא'דיג געפלאגט, ער האט געוואלט תשובה טון, ער האט נישט געוואוסט וואס מ'טוט דא.

בצר לו איז ער ארויף צום ראב"ד (סאטמאר) זצ"ל, און ער האט אים געבעטן א תיקון תשובה.

ער נעמט אים ארויס א "תפלה למשה", און ער מישט אים אויף דעם באקאנטן שטיקל פונעם ישמח משה, 'נתגלי לי בחלום', אז דאס וואס שטייט פון אריה"ק אלע תיקונים, תשובת המשקל, מיט די אלע סיגופים, איז נאר געמאכט פאר עמיצן וואס איז דורכגעפאלן איין מאל אדער צוויי מאל.

אבער איינער וואס האט ל"ע 'עבר ושנה נעשית לו כהיתר', סיי וועלכע עבירה, איז דער צער הפרישה אסאך ערגער פון סיי וועלכע סיגופים דו וועסט אים וועלן געבן, ס'איז גענוג, ער דארף גארנישט מער. אזוי זאגט דער הייליגער ישמח משה.

ער ווייזט עס אים און זאגט "דו דארפסט גארנישט טון, אז דו הערסט אויף האסטו אלעס יוצא געווען".

כ'ווייס נישט וואס מיט דעם איד איז געוועזן, ער רופט זיך אן "אבער ווער זאגט אז מ'פסק'נט אזוי אין הימל?"

זעט אויס ער האט עס ערנסט געמיינט, ער איז געווען נערוועז. האט דער ראב"ד גענומען א צעטל מיט זיין דרוקסארט, און ער שרייבט דארט אפ דעם גאנצן שטיקל פונעם ישמח משה, און ער לייגט דערנאך צו: "וכן הלכה", און אונטערגעשריבן זיין נאמען.

More in this printout

View the whole printout