Skip to content
מטעמים - אידיש

טעגליכע ווערטל איידער'ן שיעור בחבורת "זכרו"

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שמחת התורה

הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א

בביהמ"ד הגדול סאטמאר וויליאמסבורג - פר' נצו"י/האזינו תשפ"ו

ס'איז געווען א נייער בדחן. די בדחנים רעדן דאך היינט פון דעם אז די זיידעס קומען אראפ ביי די חתונה, ער האט געזוכט א פרישע מליצה וואס קיינער האט נאכנישט געזאגט, האט ער געזאגט "רבותי מיר זענען ב"ה זוכה צו גרויסע אורות – יעצט גייט זיין ירידת הדורות"...

*

צוויי יונגעלייט האבן זיך גע'טענה'ט, איינער זאגט "דער רבי ז"ל האט נישט גערוקט די זייגער זומער", זאגט דער צווייטער "אוודאי נישט, ר' יוסף אשכנזי האט גערוקט, דאס טוט א גבאי"...

דער ערשטער זאגט "ניין, באמת האט ער נישט גענוצט א צווייטע זייגער".

היינט טוט זיך אין געזעץ וועגן די זייגערס ווינטער זומער, מ'וויל שפארן לעקטער.

אז מ'רעדט פון צייט. האט דערציילט א חשוב'ער איד, ער פלעגט משמש זיין דעם מנחת יצחק שבת, האט ער מיטגעהאלטן ווי שבת צופרי האט ער זיך מער געיאגט ווי פרייטאג. גראד געדאוונט, געמאכט די סעודה, ער האט זיך אראפגעלייגט פאר א האלבע שעה, און זיך געזעצט לערנען.

פלעגט ער זאגן פארוואס ער יאגט זיך אזוי, ווייל דער תענוג פון האבן די גאנצע 7 שעה ברצופות, דאס האט ער נישט געקענט האבן אינמיטן וואך, אלס רב.

*

ווי אזוי קען מען זיין בשמחה? "בשמחה" איז ר"ת "ה'כל ב'ידי ש'מים ח'וץ מ'יראת ש'מים", אז מ'ווייסט אז יעדע זאך וואס קומט פאר איז בידי שמים, און דער מענטש האט זיך נישט וואס צו זארגן.

א חשוב'ער ברסלב'ער יונגערמאן האט געזאגט אז ער ארבעט זייער שטארק אויף שמחה, האט מען אים געפרעגט צי ס'איז וועגן דעם ווייל אין ליקוטי מהר"ן שטייט "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד"? האט ער געזאגט "יא, אבער נישט מצד די מצוה, נאר אלס הכנה צו די מצוה"...

*

"חרדה מסלקת את הדמים", שטייט עטליכע מאל אין די מסכתא. אין דברי ישראל פון מאדזיצער רבי'ן, טייטשט ער "חרדה", אז א מענטש ציטערט אז ער וועט נישט האבן קיין געלט, "מסלקת את הדמים", דאס איז מסלק די שפע. מ'טאר נישט ציטערן.

רבי מאיר פרעמישלאנער האט געזאגט "אספרה אל חק" ווען מ'רעדט פון פרנסה, חק לישנא דמזוני, זאגט דער אויבערשטער "אני היום ילידתיך", ביזטו דען היינט געבוירן? זעסטו נישט וויפיל מאל האסט געציטערט און כ'האב דיר געהאלפן? עד הנה עזרונו און מ'דארף נישט מורא האבן אויף ווייטער.

א מענטש טאר נישט האבן קיין ציטער, מ'דארף האבן א געוואלדיגע שלוות הנפש און א רואיגקייט פון בטחון אין געלט, און אין אלע

More in this printout

View the whole printout