הרה"ג ר' בערל גורעלניק שליט"א ר"מ ישיבת אור תורה – דרשה בביהמ"ד אהל פיגא דסאטמאר וויליאמסבורג, ימי הרחמים והרצון תשפ"ו:
כ'וויל דערציילן א מעשה וואס כ'האב געזען מיט די אייגענע אויגן; נישט איינמאל, נאר היבש אפאר מאל.
כ'האב געלערנט אין ישיבה אין מאנטשעסטער, פלעגט דארט אריינקומען א וואוילער תמימות'דיגער איד, א תם ומתמם עם תמימים, אן עם הארץ מיט אלע מפרשים, ער האט ממש גארנישט געוואוסט.
ער האט זייער שווער געקענט ליינען, כ'ווייס דאס, ווייל פורים האט מען געמאכט, פארשטייט זיך בחורים ווייסן ווי אזוי זיך מתענג צו זיין מיט אזעלכע סארט מענטשן, מ'האט געמאכט א "פורים צייטונג", האט מען אריינגעלייגט אן ארטיקל וועגן אים.
ער איז געקומען אין ישיבה, מ'האט אים געזאגט אז מ'האט געמאכט אן ארטיקל וועגן אים, ער האט זיך אזוי געפרייט, ער האט ניטאמאל געכאפט אז מ'מאכט ליצנות פון אים... ער האט פרובירט צו ליינען דעם ארטיקל, ער האט עס געלייגט נעבן זיינע אויגן, ער האט עס נישט געקענט ליינען.
ער פלעגט אריינקומען אין ישיבה און בעטן אז מ'זאל אויפמישן א תהילים, ער פלעגט גיין צום ארון הקודש און זאגן תהילים. וועלכע קאפיטל פלעגט ער זאגן? ק"ל. ער פלעגט בעטן: "פליז, אפען איט אפ טו קל שיר המעלות"...
'קל שיר המעלות', דאס איז געווען זיין קאפיטל.
מ'האט אים געפרעגט, "דו קענסט דאך נישט ליינען, ווי אזוי קענסטו זאגן דעם קאפיטל?" פלעגט ער זאגן מיט'ן גאנצן תמימות "איך ווייס נישט, איך קום אן צום ארון הקודש, מיינע אויגן עפענען זיך אויף און כ'קען ליינען דעם קאפיטל!"...
דאס הייסט, אין הימל איז דא א נחת רוח פון דעם איד וואס זייט אדם הראשון, זייט דוד המלך, איז ער דער ערשטער וואס זאגט 'קל שיר המעלות'.
"ודילוגו עלי אהבה", זאגט דער מדרש, ווען א מענטש זאגט, אנשטאט 'ואהבת את ה' אלקיך', זאגט ער 'ואיבת', א לשון פון שנאה, רח"ל, זאגט דער רבוש"ע 'אה, כ'האב אזא נחת פון די גרייזן, אמחי'.
מ'לויפט קיין ליזענסק, ווייל מ'גלייבט נישט אין 'אונזער תפלה', צו וויסן וואס ליגט אין מיין תפלה.
די תפלה איז 'נתקבל' געווארן
כ'האב געהאט נישט לאנג צוריק מיט א בחור אין ישיבה, אינעם חלק פון די ישיבה קטנה, ס'האט נישט געטויגט, ער האט נישט מצליח