Skip to content
מטעמים - אידיש

וועק איר אויף!

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א יונגערמאן האט מיר געלאזט א מעסעדזש, ער בעט כ'זאל מפרסם זיין די מעשה.

ער האט א צרה צרורה מיט וואס ער מוטשעט זיך שוין 3-4 יאר. פרייטאג צונאכטס האט ער געליינט די גליון טהור עינים, וואס הרב טורנהיים געט ארויס און איז מזכה טויזנטער אידן. האט ער געזען מעשיות פון אידן וואס האבן מקבל געווען א קבלה אין שמירת עינים, און זעען ישועות.

האט ער געטראכט צו זיך 'וואו בין איך'? האט ער מחליט געווען ער נעמט א קבלה אין שמירת עינים, זייער א שווערע קבלה, און אין דעם זכות זאל ער זען א ישועה אין די גרויסע צרה מיט וואס ער פלאגט זיך שוין אפאר יאר.

ער האט געטראכט צו זיך 'קען טאקע זיין אזא זאך? כ'מוטשע מיר שוין אפאר יאר, אזוי שנעל זאל איך זען א ישועה'? דאס זענען אלץ ספיקות וואס דער בעל דבר ברענגט אריין.

ער איז איינגעשלאפן, און אינמיטן שלאף חלומ'ט ער ווי איינער שרייט אויף אים, "דעק איר אויף! דעק איר אויף!" ער וועקט זיך אויף מיט א פחד ובהלה. ער בייגט זיך איבער'ן בעטל וואו זיין 5 חדשים'דיג קינד שלאפט, נעבן אים, און ער זעט ווי דאס קינד ווארפט זיך.

געשען איז, די עירקאנדישאן האט געבאכעט, די מאמע האט מורא געהאט אז דאס קינד זאל נישט ווערן פארקילט, האט זי געלייגט אויף

More in this printout

View the whole printout