שיעור כשרות המאכלים, "יושבי אהל", פר' האזינו תשפ"ז
לאמיר רעדן וועגן די שאלה פון בודק זיין סכך פון שרצים און תולעים.
די זאך אז סכך קען האבן אויף זיך שרצים, ווערט שוין דערמאנט אין פרי מגדים אין הלכות שבת (סימן שט"ו), ער רעדט ארום וועגן א דין אין הלכות אוהל, אז ס'זענען דא וואס טוען אן סוכות א ברייטע הוטל, די ברים איז מער ווי א טפח, צו באשיצן פון שרצים וואס פאלן אראפ פון די סכך, אז ס'זאל נישט אריינפאלן אין די טעלער.
דאס מציאות איז אז היינט צוטאגס איז נאך אלץ דא. און נישט נאר אין אלטע סכך, וואס מ'האט שוין געהאט פאריאר, און נישט נאר וואס מ'טרעפט אין די גרינע, וואס מ'האט אייביג געוואוסט, נאר מ'טרעפט אפילו אין "קיינעס סכך", און אפילו אין נייע.
אז ס'קומט יעצט אן א קאנטעינאר פון כינע, מ'עפנט עס אויף און מ'איז בודק, און מ'טרעפט דארט א גאנצע חתונה פון שרצים.
וועלכע שרצים טרעפט מען? האמיר שוין גערעדט מיט פארשידענע מומחים וועלכע האבן שוין געקוקט, האבן זיי געטראפן "ווייסע ספיידערס", ס'איז מער דורכזיכטיג, ס'איז אביסל שווער צו טרעפן, אז מ'קוקט גוט, זעט מען זיי.
אויך טרעפט מען "מייטס", "בוקלייטס", און "בידעלס". יעדער שרץ קומט פאר אן אנדערע סיבה, ס'זענען דא וואס קומען וועגן סטארעדזש-אישוס, אנדערע קומען פון אנדערע אישוס. אבער דאס מציאות איז אז ס'איז דא, און אסאך מאל בשפע רב.
ס'איז מסתבר אז אינמיטן די סעודה ערגעצוואו ווען מ'האלט אינמיטן עסן קען עס אנקומען אין טעלער, און ח"ו קען א מענטש דאס קומען עסן.
דאס מציאות האבן מיר געפרעגט פארגאנגענע יארן אסאך מענטשן, מ'האט זיי געבעטן זיי זאלן בודק זיין צי זייער סכך איז פארפעסטעט. אסאך האבן גארנישט געטראפן, אבער ס'זענען געווען אסאך וואס האבן יא געטראפן, אפילו אין נייע, אין פרישע סחורה.
איינער האט מיר אפילו געזאגט, די סכך האט געהאט שרצים, האט ער עס ארויפגעלייגט געהעריג אויפ'ן דאך, און געווארט צו זען אויב די שרצים גייען אנקומען אויף די טיש. ווי אזוי זעט מען? מ'לייגט א ווייסע טיש, אדער א ווייסע טישטוך אונטער די סכך, און אז ס'פאלן אראפ שרצים קען מען עס באמערקן.
ער האט געלאזט די טיש אונטער די סכך איבערנאכט, און צופרי האט ער געטראפן אסאך שרצים אויף די טיש.
דער פראבלעם פון שרצים אין די סכך איז צווייפאכיג. קודם די שרצים, רח"ל, מ'זיצט אין די סוכה, בצלא דמהימנותא, און מ'קען נכשל ווערן אין אזויפיל צענדליגער לאווין, זאל דער אויבערשטער אפהיטן.
נאך א חשש איז דא, אונז ווייס מיר, אין שו"ע סימן תרכ"ט (סי"ד), חז"ל האבן גע'אסר'ט מסכך צו זיין מיט סכך וואס די בלעטער פאלן אראפ, אדער ס'האט נישט קיין גוטע שמעק, ווייל כ'האב מורא אז ער וועט ארויסגיין פון די סוכה.