Skip to content
מטעמים - אידיש

סוכה שהיא גבוה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דבר ה' זו הלכה

אינטערעסאנטע הלכה'דיגע נושאים אויסגעשמועסט דורך הרבנים הגאונים שליט"א

הגאון ר' משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה – גליון "היכל הוראה" פר' האזינו תשפ"ז:

א טאטע מיט זיין זון, א בחור, זענען געקומען צום רב שליט"א מיט א שאלה.

היות ביי זיין דירה איז נישטא קיין פלאץ צו מאכן א סוכה, האט ער געלאזט מאכן א 'הענגעדיגע פארטש' און דערויף געבויט א סוכה, אזעלכע סוכות קען מען זען אין ירושלים לרוב.

דהיינו, עס ווערט ארויסגעצויגן פונעם בנין א פאדלאגע, דאס ווערט אנגעהאלטן צום וואנט פונעם בנין דורך שטארקע שטריק פון ביידע זייטן, אזוי הענגט עס אינעם אויר העולם, און דערויף בויט מען די סוכה.

נאכ'ן אהערשטעלן די סוכה האט דער זון געזאגט פאר'ן טאטן אז ער האט א שטארקע פחד אריינצוגיין אין אזא סארט הענגעדיגע סוכה, אפילו פאר א רגע, עס כאפט אים אן א טרייסל נאר אריינשטעלנדיג א פוס.

זאגט אים דער פאטער אז היות ער איז שוין א בר חיובא, מוז ער אריינגיין אין די סוכה די ערשטע נאכט כאטשיג צו עסן די ערשטע כזית.

איז די שאלה צי דער פאטער איז בכח צו צווינגען דעם זון אריינצוגיין אין סוכה און עסן לכה"פ דעם ערשטן כזית?

דער רב האט געענטפערט אז דער טאטע איז נישט ביכולת צו צווינגען דעם זון אויף דעם, און אויב וועט ער אים יא צווינגען, און דער זון וועט אריינגיין עסן דעם ערשטן כזית, האט דער זון נישט יוצא געווען ידי חובתו!

כאטש ס'איז באקאנט די מחלוקת הראשונים לגבי עסן דעם ערשטן כזית, ווען ס'רעגנט, אויב מ'האט יוצא געווען מצוות סוכה אדער נישט, אבער ביי אונזער פאל האט ער לכו"ע נישט יוצא געווען.

ווייל די סברא פון די שיטה אז מ'איז יוצא מצות סוכה די ערשטע נאכט דעם ערשטן כזית אפילו ווען ס'רעגנט, איז ווייל מ'איז מחויב אלס אכילה מדין שמחת יום טוב.

אבער ביי דעם פאל ווען עס באפאלט אים א פחד, ער איז חש בכל גופו פון דעם, ווי באקאנט אז די וואס ליידן פון פחד ווען זיי גייען אויף הויכע פלעצער, הייבט דער גאנצער גוף אן צו טרייסלען, באופן זה איז מען זיכער נישט יוצא די מצוות שמחת יום טוב פון אכילה.

דעריבער האט דער רב געזאגט פאר'ן פאטער פונעם בחור, אז כאטש ער האט גרויס חשק אז

More in this printout

View the whole printout