האב געדולד
כ"ק אדמו"ר מליזענסק ב"פ שליט"א
"יושבי אהל" - שמועס פר' האזינו תשפ"ז
אביסעלע סבלנות
מ'האט אמאל געוואלט בודק זיין די תכונת הנפש פון קינדער, האט מען גענומען א מוסד וואס האט קינדער פון קליין ביז גרויס, אלע עידזשעס, מ'האט געטיילט פאר די קינדער "נאש".
דער מלמד האט געזאגט פאר די קינדער אזוי: "ווער ס'וויל יעצט, געב איך איין קענדי, ווער ס'איז גרייט צו ווארטן אויף אפאר שעה ארום, וועל איך געבן צוויי קענדיס", און ער האט אנגעהויבן טיילן.
א דריטל קינדער זענען געקומען נעמען שוין. נאך אפאר מינוט, איז צוגעקומען נאך א דריטל. נאר א קליין פראצענט, א דריטל אדער אפשר ווייניגער, האבן אויסגעווארט אויף אפאר שעה ארום.
דער מלמד האט אראפגעשריבן וועלכע קינדער האבן געוואלט צו באקומען איינס שוין, און וועלכע האבן געוואלט ווארטן צו באקומען צוויי.
די אלע וואס האבן געווארט, זענען אויסגעוואקסן תלמידי חכמים, געהאט שיינע פרנסות, געהאט א גוטע שלום בית, מוצלחים אין אלע שטחים אין לעבן. דער וואס האט געדולד איז מצליח מיט אלעם אין לעבן.
דער חזון איש איז אמאל ארויף מיט א תלמיד אויף א בארג. דער תלמיד האט אנגעהויבן טיף אטעמען און קרעכצן, זאגט דער חזון איש פאר'ן תלמיד "וואס איז דער חילוק צווישן ארויפגיין אויף א בארג אדער גיין אויף א גראדע פלאץ? דער חילוק איז איין זאך: אביסעלע סבלנות". אז מ'האט נישט סבלנות, ווערט שווער, מ'ווערט אנגעצויגן.
איין משנה
א מורא'דיגער מוסר השכל, דא אין שול אין ליזענסק, האמיר ר' לייבוש באכנער, ר' משה ענגלענדער, ס'איז געווען נאך א יונגערמאן, ר' שמואל גרינבוים, האבן זיי מיר געבעטן כ'זאל פארלערנען יעדן טאג נאך שחרית "איין משנה א טאג", אבער 7 טעג א וואך.
געענדיגט זיך האט זיך עס אז מ'האט פארגעלערנט גאנץ זרעים, גאנץ מועד, און מ'האלט שוין יעצט סוף נשים, מ'לערנט יעצט נזיר. פון איין משנה א טאג, אבער יעדן טאג.
מ'קען טרעפן אלטע אידן, אפילו תלמידי חכמים, וואס האבן געענדיגט ש"ס, אבער ששה סדרי משנה נישט. מ'וועט זיך אוועקזעצן לערנען זרעים, טהרות? מ'שטופט אהער און מ'שטופט אהין.
אז מ'לערנט אביסל, קובץ על יד ירבה, צוביסלעך, אבער זיך נישט אפשטעלן. סבלנות, געדולד.
אין ירושלים איז געווען רבי דוד בהר"ן, 'רחוב בהר"ן' איז על שמו. ער האט געהאט אן עבודה, ער האט גענומען פארדרייטע סחורה און ער האט עס אויפגעקניפט. מ'האט אים געזאגט "ס'איז דאך ביטול תורה", האט ער