Skip to content
מטעמים - אידיש

פארגעסענע חובות וגזילות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אינטערעסאנטע אפהאנדלונג בדיני ממונות דורך הרה"ג ר' שמואל יהודה בריסק שליט"א
אב"ד חיי עולם בארא פארק - קול "משפט שי", פר' האזינו תשפ"ז

שאלה

אין אלע גאסן און בתי מדרשים הענגען מודעות, מ'איז מעורר אידן, אז מ'האט אלטע חובות, געלטער וואס מ'איז שולדיג פאר מענטשן, און מ'ווייסט נישט פאר וועמען, זענען דא פארשידענע קאמפאניס וואס קומען צום ציבור און זענען מציע אז מ'קען זיי געבן די געלטער וואס מ'איז שולדיג.

זיי מאכן א "מעמד השבה", מ'איז מזכה די געלטער פאר די בעלים פאר וועם מ'דארף באצאלן דאס געלט, און מיט דעם איז מען מקיים דעם חיוב פון השבת גזילה, באצאלן חובות, א.א.וו.

אסאך אידן האבן גערופן די לעצטע פאר טעג פרעגן. קודם כל, ווי אזוי בין איך מקיים השבת גזילה מיט דעם וואס כ'געב געלט פאר א געוויסע ארגאניזאציע, פאר א געוויסע צדקה?

בעיקר האבן אידן געוואלט פארשטיין, וואס איז געווען פאר די אלע ארגאניזאציעס, וואס איז די הלכה מצד די גמרא און שו"ע, ווען א מענטש ווייסט אז ער האט געמאכט פאר איינעם א נזק, ער איז שולדיג פאר איינעם געלט, ער ווייסט אבער נישט פאר וועם, וואס דארף מען תורה'דיג טון מקיים צו זיין אן ענין פון השבה?

מעשים בכל יום

דער אמת איז, דאס מאכט זיך זייער אסאך, לאו דוקא ביי איינעם וואס איז עוסק אין משא ומתן, אין ביזנעס, וואס דעמאלט מאכט זיך עס גאר אסאך, שותפות'ן, מקח וממכר, מ'געדענקט נישט וואס און ווער, אבער אפילו סתם אזוי.

איינער מאכט א קריץ אין א צווייטנ'ס קאר, און איז געפארן ווייטער, און אפילו ער האט זיך יא אפגעשטעלט און געגאנגען בודק זיין ווער דער בעה"ב פון די קאר איז, און ער איז נישט דערגאנגען.

אדער וואס מ'פרעגט אסאך, מ'געדענקט פון יארן צוריק, אלס בחור ערגעצוואו האט ער גע'גנב'עט פון א געוויסע געשעפט, און ער קען נישט אנקומען צו די ריכטיגע בעלים, ווער ס'איז דעמאלט געווען באלעבאס פונעם געשעפט.

אזוי כהנה וכהנה האבן מענטשן געוויסע

More in this printout

View the whole printout