Skip to content
מטעמים - אידיש

כיבוד אב ואם

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שאלות ותשובות דורך הרה"ג ר' שמעון גערטנער שליט"א

מו"ץ במאנסי

אויף די "קלארקייט" ליניע, פר' נצו"י/האזינו תשפ"ו

שאלה: מ'האט געזען שטיין אז צדקה פאר עלטערן קומט פאר עניי עירך, אבער ווען די עלטערן ספענדן געלט פאר אסאך זאכן וואס פעלט נישט אויס, איז נאך אלץ דא דער דין?

תשובה: יא. אויב מ'זעט אז מ'קען זיי ארויסהעלפן, זיי קענען עס נוצן, גייט עס אריין אין די מצוה. דאס וואס זיי ספענדן איז זייער חשבון.

שאלה: מ'איז געפארן צו די מאמע, האבן צוויי מענטשן געזאגט "אז דו גייסט צו די מאמע, געב איר א גריס", די מאמע האט געזאגט "געב איר צוריק". דארף מען יעצט נאכגיין און אויפזוכן די מענטשן צוריקצוגעבן די גריס?

תשובה: נארמאל מיינט עס נישט אז דו זאלסט אנרופן און נאכגיין. נאר היינט ווען מ'זאגט 'שיק צוריק' מיינט עס, אז ווען מ'טרעפט יענעם, זאל מען צוריקשיקן.

אויב ס'איז א נאנטע, מעג מען סתם אזוי רופן זיך אנוואונטשן, און אז מ'רופט שוין סיי-ווי קען מען דאך שוין איבערגעבן די גריס. אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז ממש א חיוב.

שאלה: ס'איז דא א "משפחה ליין", און די מאמע האט זייער הנאה ווען מ'קומט ארויף, וואס טוט מען ווען ס'שטערט פון דאווענען, און ס'וועט זיין ניכר אז מ'קומט נישט ארויף אויף די ליין, וועלכע קומט ערשט?

תשובה: אוודאי להלכה קומט דאווענען פאר כיבוד אם, א פרוי איז מחויב צו דאווענען עפעס עכ"פ. אבער ס'איז יא כדאי אויב מ'קען אויסארבעטן צו מאכן ביידע, אפשר קען מען דאווענען נאכדעם, אדער אביסל פריער.

ווען ס'איז ממש א סתירה, קען מען זאגן אז מ'איז יעצט פארנומען און מ'קען נישט יעצט ארויפקומען.

שאלה: מ'האט אן עלטערער טאטע וואס דארף האבן פארשידענע הילף, און די קינדער פילן אז דער וועג ווי אזוי די מאמע גייט צו דערצו, איז נישט גוט פאר'ן טאטן. מעג מען זיך שטעלן אויף דעם?

תשובה: א זאך וואס מ'קען זיכער זאגן אז ס'איז א סכנה, דארפן די קינדער טון וואס זיי דארפן טון. אבער היות ס'איז זיכער אז די מאמע מיינט נישט דא אריינצולייגן אין א סכנה, נאר אזוי ווי אייביג ווען מ'קומט אין אזא מין מצב, זענען דא חילוקי דיעות, אמאל קען זיין צווישן די קינדער, און אמאל צווישן די מאמע.

More in this printout

View the whole printout