Skip to content
מיין יו"ט אוצר

א מנורה פאר סוכות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הגה"צ רבי יונתן שטייף זצ"ל, אב"ד פעסט, איז פאר שבת מברכים אלול, געקומען צוזאמען מיט זיינע ראשי הקהלה צו מרן זי"ע, צו נעמען א ברכה צום נייעם יאהר. ביים געזעגענן זיך, זענען 14-15 אידן וואס זענען מיט אים געקומען אדורך געגאנגען מרן זי"ע, און מרן זי"ע האט זיי אלע געוואונטשן א גוט געבענטשט יאהר. מערסטע פון די אידן זענען געווען אייניקלעך פונעם הייליג'ן 'חתם סופר'. ווען דער צעהנטער איד וואס האט געהייסן מר. פריידיגער איז אדורך געגאנגען האט אים מרן זי"ע אפגעשטעלט און געזאגט: "איך בין געקומען דא אהער אהן חפצים, און ביי אונז איז געווען דער מנהג צו האבן א מנורה אין די סוכה, אפשר בארגסטו מיר א מנורה." אלע אנוועזענדע זענען געבליבן שטיין פארוואונדערט, פארוואס האט מרן זי"ע פונקט אפגעשטעלט מר. פריידיגער, כמעט אלע זענען די זעלבע יחסנים ווי ער, אייניקלעך פונעם הייליג'ן 'חתם סופר'? מר פריידיגער האט מסכים געווען און געזאגט אז ער גייט שוין ברענגען די מנורה. האט אים מרן זי"ע געזאגט: "ניין, ניין, איך קען נישט נעמען קיין אחריות אויף דעם, איך וועל שוין שיקן א שליח ערב סוכות צו נעמען פון אייך די מנורה." האט מר פריידיגער געענטפערט: דער רבי זאל נישט שיקן צו מיר, איך וועל אליין ברענגען די מנורה ערב סוכות, און מוצאי יום טוב וועל איך דאס קומען אפנעמען. שפעטער האט מען שוין פארשטאנען פארוואס מרן זי"ע האט פונקט אפגעשטעלט מר פריידיגער. ווייל ער האט געהאט בירושה א מנורה פונעם הייליג'ן 'חתם סופר' און דעריבער האט מרן זי"ע ביי אים געבעהטן די מנורה. (מפי הרה"ח ר' יעקב אלי' זינגער הי"ו)

הרה"ק רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע איז געווען זייער ארעם. זיין הויז איז געשטאנען אין שכנות פון להבדיל א קלויסטער, און יעדעס יאהר ביים בויען די סוכה האט דער צדיק שטארק אכטונג געגעבן אז די סוכה זאל נישט שטיין אין שאטן פונעם קלויסטער. אמאהל, פאר סוכות, האט זיך געמאכט אז רבי מיכל'ע האט געמוזט אוועקפארן פונדערהיים, און זיינע הייליגע זוהן האבן אויפגעשטעלט די סוכה. ווען רבי מיכל'ע איז אהיימגעקומען און געזעהן אז די סוכה שטייט אין שאטן פונעם קלויסטער, האט דאס אים זייער וויי געטוען, אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט דאס צו רוקן. סוכות ביינאכט, ווען די רעבעצין הצדיקת רעכל ע"ה, איז געקומען הערן קידוש, איז זי געשטאנען ביי די טיר פון די סוכה און גענומען ביטערליך וויינען. רבי מיכל'ע האט זיך זייער געוואונדערט דערויף, און געזאגט אז ער וועט נישט מאכן קידוש ביז זי וועט זאגן פארוואס זי האט זיך צעוויינט. נאך פיהל בקשות, האט די רעבעצין געזאגט די מורא'דיגע ווערטער: "דו ווייסט דאך, מיין הייליגער מאן, אז א גאנץ יאר פלאג איך זיך אין ארימקייט, אבער ווען ס'קומט סוכות און איך קום הערן קידוש, זעה איך די שבעה רועים, און דאס גיט מיר חיות אויף א גאנץ יאהר. היינט, אבער, זעה איך נישט די הייליגע אושפיזין, און איך האב מורא אז איך האב עפעס געזונדיגט!" דער רבי מיכל'ע האט איר בארואיגט אז זי איז גארנישט שולדיג דערין, נאר וויבאלד די סוכה איז אין שאטן פונעם קלויסטער קענען די געטליכע אושפיזין נישט קומען.

More in this printout

View the whole printout