אין שנת תש"ז איז הגה"ק רבי שאול ידידי' דער "אמרי שאול" פון מאדשזיץ זצ"ל ארויף געקומען קיין ארץ ישראל זיך צו באזעצן. האט ער דעמאלט אפגעשטאט א העפליכ'ן וויזיט ביי כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע וואס האט אים אויפגענומען מיט א גאר באזונדערע ליעבשאפט. שפעטער ווען מרן זי"ע האט אפגעגעבן דעם צוריק- וויזיט אין הויז פונעם מאדזשיצער רבי'ן, האט דער מאדזשיצער רבי, געפרעגט פון מרן זי"ע פארוואס אתרוג וואס ווערט אנגערופן "פרי עץ הדר" ווערט נישט דערמאנט צווישן די שבעת המינים? האט אים מרן זי"ע געענטפערט אז דער אתרוג איז בכלל "גפן". ביי א שמועס (ד' אייר תש"ס) האט זיין אייניקל דער "נחלת דן" פון מאדזשיץ זצ"ל, געזאגט פאר יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, "איך האב אסאך געטראכט, וואס איז דער שייכות, ביז ס'איז מיר איינגעפאלן אז ס'איז דא א דעה וואס זאגט אז דער עץ הדעת איז געווען א בוים פון גפן און איין דעה זאגט אז ס'איז געווען אן אתרוג בוים, קומט אויס אז "גפן" און "אתרוג" איז איין ענין.
More in this printout
- מאוצרות רבוה"ק מבעלזא - בין יוהכ"פ לסוכותדער ארטיקל פון די בעלזער רבי'ס באהאנדלט די באדייט פון די טעג צווישן יום כיפור און סוכות, ערקלערנדיג פארוואס די תקופה ווערט אנגערופן "גאט'ס נאמען" און די ספעציעל
- מאוצרות הצדיקים - צדקה ערב סוכותלמד על חשיבות נתינת צדקה בערב סוכות, כפי שמבואר בספרי קדש ובדברי צדיקים, כולל טעמים עמוקים מדוע הצדקה היא קישוט הסוכה וכיצד היא קשורה לקבלת התשובה.
- דברות קודש מרבוה"קThis article compiles profound teachings from the Rebbes of Belz on the holiday of Sukkos, exploring the spiritual significance of the Sukkah, Ushpizin, Hoshana
- פערל ווערטער סוכותדער ארטיקל 'פערל ווערטער סוכות' ברענגט צוזאמען פארשידענע תורה'דיגע געדאנקען און רמזים אויף די מצוות פון סוכות, אריינגערעכנט די באדייטונג פון די סוכה, די ענני הכ
- מאוצרות הצדיקים - תשבו בסוכותThis collection of teachings from various Chassidic Rebbes explores the mitzvah of Sukkah, its spiritual significance, and related customs. It delves into topic
- א מנורה פאר סוכותסיפור מרתק על מנהג המנורה בסוכה אצל רבותינו מבעלזא, ועל רבי מיכל'ע מזלאטשוב שחשש לאושפיזין בגלל צל הקלויסטר. מאמר זה מציג שני סיפורים חסידיים הקשורים למצוות סוכ
- קודם שיכנס לסוכה אומרים זהנוסח התפילה והבקשה "יהי רצון" שיש לאמרו קודם הכניסה לסוכה, להשראת השכינה ולפריסת סוכת שלום.
- דאס הייסט דען גילוי אליהו?...This article recounts a humorous story about the Ropshitzer Rav during Sukkos, where rumors of Giluy Eliyahu spread among his Chassidim. The Rav clarifies the m
- בצל כנפיך יחסיוןא מעשה פון הרה"ק רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע, איבער זיין סוכה וואס איז געשטאנען אין שאטן פון א קלויסטער און די הייליגע אושפיזין וואס זענען נישט געקומען.
- די דריי זאכן אין אן עפעל...א חסידישע מעשה פון בעלזא דערציילט ווי אן עפעלע איז אראפגעפאלן פון די סוכה, און א חסיד האט דאס גענוצט אלס משל צו פארשטיין פארוואס א איד קען אפפאלן פון וועג. דער