אזוי ווי א נייע כלי
אמאהל איז דער טריסקער מגיד זי"ע געבליבן שטיין אינדרויסן פון די סוכה און נישט געוואלט אריין גיין. ער האט געזאגט: ס'שטייט "אדם יסודו מעפר", -אז דער יסוד פונעם מענטש איז פון ערד, קומט אויס אז מיר זענען אזוי ווי א "כלי חרס"-אן ערדענע כלי, און אין שלחן ערוך הלכות סוכה איז דא אן הלכה אז מ'טאהר נישט אריין ברענגן ערדענע כלים אין די סוכה. אויב אזוי ווי אזוי קען מען אריין גיין אין די סוכה, אבער באלד האט ער ערקלעהרט, מיר האבן געלערנט א כלי חרס ווען מען צוברעכט דאס ווערט דאס צוריק ריין, אזוי אויך מיר וועלן צוברעכן אונזער הארץ פאר'ן באשעפער, וועלן מיר ווערן ריין אזוי ווי א נייע כלי, דערפאר קענען מיר יעצט אריין גיין אין די סוכה.
די ברכה פון "לישב בסוכה"
אין של"ה הק' שטייט, ס'פאסט זיך צו זאגן די ברכה פון "לישב בסוכה" מיט א הויכע און שיינע שטימע, און מיט א ניגון, און מען זאל דאס זאגן מיט'ן זעלבן נוסח ווי מען זאגט די אנדערע ברכות פון קידוש, און נאכמער די ברכה דארף מען זיין מער געווארענט צו זאגן מיט דעם נוסח, וויבאלד דאס איז א ברכת המצוה וואס דער באשעפער האט אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה. דאס זעלבע דארף מען שטארק זיין געווארנט צו זאגן הויך וויבאלד דער קול איז מעורר די כוונה. (שלה"ק דף רמ"ה)
ער איז געבליבן זיצן אין זיין סוכה
הרה"ק רבי אליעזר מאזיפאלע (א זוהן פון הרה"ק רבי יודא צבי מסטרעטין זי"ע) האט יעדן סוכות פארציילט אזוי: אמאהל איז געווען א חסיד וואס האט געהאט א גרויס חיות פון די מצוה פון סוכה, און ווען ס'איז אדורך דער יו"ט סוכות האט ער נישט געוואלט ארויסגיין פון די סוכה ווייל ער האט געהאט א גרויס השתוקקות פון די מצוה, איז ער געבליבן זיצן אין זיין סוכה עטליכע וואכן ביז ס'איז געווארן ווינטער און ס'איז געפאלן א גרויסער שניי אז מען האט שוין געמוזט ארויס גיין פון די סוכה, האט ער געהאפט א גאנץ יאהר ס'זאל שוין קומען דער יום טוב סוכות ער זאל שוין קענען צוריק גיין אין די סוכה. און ווען ס'איז אנגעקומען די צווייטע יאהר סוכות און דער חסיד איז אריין אין די סוכה, האט ער גענומען אויף זיך אז ער וועט נישט ארויס גיין פון די סוכה, אפילו ס'וועט זיין ביטער קאלט, און ער איז גרייט געווען אפילו אויף מסירת נפש דערויף. און אזוי איז טאקע געווען דער חסיד האט בשום אופן נישט געוואלט ארויס גיין פון די סוכה און ס'איז געווארן שטארק קאלט אז ס'איז שוין נישט געווען מעגליך אויסצוהאלטן האט דער באשעפער רחמנות געהאט אויף דעם חסיד און ס'איז געקומען א וואלקען וואס האט אים אויפגעהויבן מיט זיין סוכה אינאיינעם און אוועק געפיהרט אין אן אנדער לאנד וואו ס'איז דארט הייס א גאנץ יאהר. האט הרה"ק אליעזר מאזיפאלע ווייטער דערציילט אז דער חסיד זיצט ווייטער אין זיין סוכה און דינט דארט דעם באשעפער, ער וויל נישט ארויסגיין פון די סוכה און אריינגיין אין גן עדן ווייל דאס איז זיין גן עדן ער זאל קענען זיצן אין זיין סוכה. (דגל מחנה יהודא)
די סוכה ווי א שאטן
דער פסוק (ישעיה ד:ו) זאגט: "וסוכה תהיה לצל יומם", די סוכה איז ווי א שאָטן. פונקט אזוי ווי דער שאָטן טוהט אלעס וואס דער מענטש טוהט און אין שאָטן קען דער מענטש זעהן זיין אייגן געשטאלט, אזוי אויך פון די סוכה קען א מענטש וויסן אויב זיינע מצוות זענען געטוען געווארן ווי ס'דארף צו זיין. (כנסת יחזקאל)
מסירות נפש פאר מצות סוכה
ערב סוכות האט אן ארימער הינקעדיגער שוסטער אנגעקלאפט ביים טיהר פון הרה"ק רבי מרדכי פון לעכעוויטש זי"ע, און געבעהטן: "רבי, איך האב געהערט אז איר פארבארגט ברעטער פאר א סוכה, ביטע, בארגט מיר אויך"! האט אים דער הייליגער לעכעוויטשער געזאגט: "אנטשולדיגט, ס'איז שוין זייער שפעט, איך האב שוין אלע ברעטער אוועק געטיילט", איז דער שוסטער אוועק געגאנגען מיט א פארקלעמט הארץ, און ארומגעוואנדערט אין א שטארקן גאָס רעגן צווישן די אידישע הייזער, אפשר וועט זיך א איד אויף אים דערבארימען, און אים געבן ברעטער פאר זיין סוכה. דורכ'ן פענצטער האט דער הייליגער לעכעוויטשער געזעהן דעם הינקעדיגן ארימאן, ווי ער שלעפט זיך פון שטוב צו שטוב. האט ער אויסגערופן: "רבונו של עולם, זעה נאר ווי גרויס און חשוב די מצוה פון סוכה איז ביי אידן, זעה ווי שטארק זיי זענען זיך מוסר נפש דערפאר, אינדרויסן רעגענט, דער שוסטער שלייכט אין וואסער און בלאטע, כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין די סוכה, קוק אראפ פון הימל און בענטש דיין פאלק מיט אלעם גוטן"! דערנאך איז דער הייליגער לעכעוויטשער ארויף געגאנגען אויפ'ן דאך, און געזוכט, און געפונען עטליכע פארבליבענע ברעטער האט ער גערופן זיין משמש, און אים געבעהטן אריבער צופיהרן די ברעטער צום הויז פונעם ארימען שוסטער, און אים העלפן אויפשטעלן זיין סוכה.
דרייען אונטן ס'זאל זיך עפענען אויבן
אמאהל ערב סוכות האט דער משמש פונעם "חוזה" פון לובלין זי"ע אים געמאלדן אז די סוכה איז שוין גרייט, און דער רבי קען שוין אריינגיין זיצן אין די סוכה, נאר מ'דארף פריער ארויפדרייען אונטן דעם שטריק כדי דער שלאַק אויבן אויף די סוכה זאל זיך עפענען. האט דער הייליגער "חוזה" אים געענטפערט: "דאס איז טאקע מיין באגער און גלוסטונג, אז איך זאל דרייען פון אונטן און ס'זאל זיך עפענען אויבן. [השפעות פון הימל].
זוכה זיין צו זיצן בסכת עודו של לויתן.
בסכת תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסכת (ויקרא כג:מב) דארף מען פארשטיין די כוונה פונעם פסוק, ס'זעהט אויס ווי ס'איז צוויי מאָהל איבערגע'חזר'ט די מצוה פון זיצן אין די סוכה? נאר דער פשט אין פסוק איז אזוי, דער ערשטער חלק רעדט פון די מצוה פון ישיבת סוכה, נאכדעם זאגט דער פסוק אן הבטחה, אז אויב מ'וועט מקיים זיין די מצוה פון סוכה וועט מען זוכה זיין, אז ווען משיח וועט קומען, וועט מען זיצן בסכת עורו של לויתן. דאס איז פשט, "בַּסֶכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים", ס'איז א מצוה צו זיצן אין די סוכה זיבן טעג, און אויב מ'וועט אזוי טוען זאגט די תורה צו אן הבטחה, אז "כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֶכֹּת", אז מ'וועט זוכה זיין צו זיצן אין די סֶכַּת עוֹרוֹ שֶׁל לִוְיָתָן. (כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)
צוויי מהודר'דיגע אתרוגים פון ארץ ישראל
הרה"ח ר' מענדל פרידמאן ז"ל פון ירושלים עיה"ק פלעגט יעדעס יאהר שיקן אתרוגים אויף סוכות פון ארץ ישראל קיין בעלזא צו כ"ק מרן מהר"א זי"ע. עטליכע חדשים פאר יום טוב האט ער ארויסגעשיקט מיט די פאסט א קעסטל פון פשוט'ע און פסול'ע אתרוגים צו נוצן אויף 'נוי סוכה', און פאר די ימי נוראים האט ער געשיקט א קעסטל מהודר'דיגע אתרוגים פאר מרן זי"ע. מנהג רבותינו הק' איז צו קויפן אתרוגים פאר ראש השנה און בין כסא לעשור האט מען זיי איבערגעקוקט און אויסגעקליבן די אתרוגים ראש השנה, האט ער אריין געברענגט פינף כשר'ע און מהודר'דיגע אתרוגים פאר מרן זי"ע, און מרן זי"ע האט זיך אויסגעקליבן אן אתרוג פון די פינף, וואס ער האט גענוצט לברכה. יעדעס יאהר ווען ר' מענדל פלעגט קומען מיט די אתרוגים האט מרן זי"ע איבערגע'חזר'ט און אים דערמאנט: "דו געדענקסט אז דאס לעצטע יאהר וואס מיר זענען געווען אין בעלזא האבן מיר געבענטשט אתרוג אויף די 'נוי סוכה' אתרוגים"... פאר ר' מענדל איז יעצט קלאהר געווארן א לאנגיאריגער רעטעניש. ער האט דעמאלט געהאט אוועק געלייגט צוויי מהודר'דיגע און טייערע אתרוגים אין א זייט, און זיי זענען אים פלוצלינג פארשוואונדן געווארן. יעצט אבער האט ער שוין אלעס פארשטאנען. ווארשיינדליך האט זיין ארבייטער בטעות אויך אייגעפאקט די צוויי מהודר'דיגע אתרוגים צוזאמען מיט די 'נוי סוכה' אתרוגים, ווייל פון הימל האט מען געוואלט אז דער בעלזער רב זי"ע זאל האבן צוויי כשר'ע און מהודר'דיגע אתרוגים אויף סוכות.
אליהו הנביא קומט אין די סוכה
די ראשי תיבות פון "ב'סוכת ת'שבו ש'בעת י'מים" איז "תשבי", וואס איז מרמז אויף אליהו