אין איינע פון די סוכות טעג אין בעלזא זענען עטליכע חסידים געזיצן אין די סוכה און נגעשמועסט וועגן איינע פון די חבורה וואס פלעגט קומען קיין בעלזא אסאך יאהרן אבער לעצטענס האט ער אפגענויגט אביסל פונעם גלייכן וועג רח"ל און אויפגעהערט צו קומען. ס'איז זיי געווען א וואונדער וויאזוי א איד וואס איז געפאהרן קיין בעלזא און זיך אנגעזאפט מיט אזויפיהל קדושה און חסידות, זאל קענען צוקומען צו אזא מצב... און אזוי שמועסנ'דיג איז אין יענע מינוט אראפגעפאלן אן עפעלע פון די נוי סוכה אויף די ערד.
האט זיך דער חסיד און יושב רבי יעקב בעריש ז"ל אנגערופן, "לאמיר אריינטראכן און פארשטיין פארוואס דאס איז געשעהן: וויפיהל תפילות האט דאס עפעלע געבעהטן, אז ס'זאל וואקסן און בליעהן מ'זאל דאס קענען עסן? און דערנאך זאל א איד מאכן דערויף א פאסיגע ברכה? אדער ס'זאל הענגען אין די סוכה פאר "נוי סוכה", און נאך מער ס'זאל קענען באשיינען און הענגען אלס "נוי סוכה", ביי מרן זי"ע אין די סוכה? אבער אצינד איז דאס עפעלע אראפגעפאלן אויף די ערד און ס'איז נאך מוקצה. אויב מיר זאלן אריינטראכן האט דאס געקענט פאסירן צוליעב איינס פון די דריי: א) וויייל ס'איז נישט געווען גוט צוגעבונדן. ב) ס'איז געווען "צו שווער". ג) אדער ס'איז שוין געווען פארפוילט פון אינערווייניג. און דעם משל פארשטייט מען שוין אליין...
ביי א געלגענהייט ווען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז אין איינע פון די יאהרן ערב סוכות געקומען צוזאמען מיט'ן משמש זעהן די גרויסע פראכטפולע סוכה, [ווי מ'האט געפיהרט די טישן], האט מרן שליט"א באטראכט די נוי סוכה, וואס הענגט אראפ, ווי יעדער עפעל זיך ליגט אין א נעץ זעקל, האט מרן שליט"א דערציילט די אויבנדערמאנטע מעשה מיט דעם פארפאלענעם חסיד, און אויסגעפיהרט... "אבער היינט אז די עפעל ליגן אין א נעץ, [צוזאמען] קענען זיך אזעלכע אויך האלטן..." (מפי המשמש בקודש)