מ'טיילט צדקה ערב סוכות צו ווייזן אז אונזער תשובה איז אנגענומען געווארן
דער "בני יששכר זאגט א טעם דערויף: די ראשונים פרעגן פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מאכן א סוכה אלס זכר אויף די ענני הכבוד, און ער האט נישט געהייסן מאכן א זכר אויפ'ן מָן און אויפ'ן באר, די וואסער ברונעם? נאר ס'שטייט אין די קדמונים אז תשובה העלפט נאר פאר די אידן, און נישט פאר די פעלקער פון די וועלט, ווייל חז"ל זאגן: "מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול",-א קעניג קען נישט מוחל זיין אויף זיין כבוד, דעריבער העלפט נישט קיין תשובה פאר די פעלקער, ווייל דער באשעפער איז דאך איבער זיי א קעניג, אזוי ווי ס' שטייט (תהלים מז:ט) "מלך אלקים על גוים", אבער אידן ווערן דאך אנגערופן קינדער פון באשעפער אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "בנים אתם לה' אלקיכם", און דער באשעפער ווערט אנגערופן פאר אונז א טאטע, און ביי א טאטע זאגן מיר "אב שמחל על כבודו כבודו מחול", אז א טאטע קען יא מוחל זיין אויף זיין כבוד, דעריבער העלפט יא ביי אידן תשובה. און דאס אז מיר ווערן אנגערופן קינדער קען מען אויך זעהן פון די ענני הכבור, ווייל די הלכה איז ביי א קעניג אז "אין רוכבין על סוסו ואין משתמשין בשרביטו",–מ'טאהר נישט רייטן אויפ'ן פערד פונעם קעניג, און מ'טאר זיך נישט באניצן מיט זיין שטעקן. און אין פסוק שטייט "ומשה נגש אל הערפל אשר שם האלקים", און ס'שטייט אויך אין פסוק "הנה אנכי בא אליך בעב הענן", זעהט מען פון די פסוקים אז די 'ענני הכבוד' זענען ביים באשעפער כביכול אזוי ווי דער סוס ביי א מלך בשר ודם וואס מ'טאהר נישט רייטן אויף זיין סוס, אויב אזוי ווי אזוי האבן זיך די אידן געמעגט זיך באנוצן מיט די 'ענני הכבוד', דארף מען דעריבער זאגן אז מיר זענען קינדער פונעם באשעפער, און דער באשעפער ווערט אנגערופן א טאטע. איז דעריבער האט דער באשעפער געהייסן
טיילן צדקה ערב סוכות
ס'איז באקאנט פון אריז"ל (פרע"ח שער חג הסוכות פ"ג) אז ער סוכות און אין סוכות זאל מעם מרבה זיין מיט געבן אסאך צדקה. אין ס' מועד לכל חי (סימן כ' אות ג') שטייט: מ'זאל געבן אסאך צדקה ערב סוכות, איש כמתנת ידו אחד המרבה וכו'. הרה"ק רבי חיים וויטאל זיע"א פלעגט אוועק טיילן פאר די ארעמעלייט דאס געלט פון קופת העניים ערב סוכות. ס'איז דא א ריכטיגער טעם על דרך האמת, אז דער טאג פון ערב סוכות זאל מען מרבה זיין בצדקה. און מ'זאל אויך זיין געווארנט צו געבן פאר די ארעמעלייט פון די תבשילים פון יום טוב,
אז נאך יום כפור זאל מען זיצן אין די סוכה, וואס דאס איז א זכר אויף ענני הככוד, כדי מיר זאלן וויסן אז דער באשעפער האט מוחל געווען אונזערע עבירות, ווייל דער באשעפער איז פאר אונז א טאטע, און ביי א טאטע זאגן מיר דאך אז "אב שמחל על כבודו כבודו מחול". די גמרא זאגט אז טורנוסרופוס הרשע האט געפרעגט ביי רבי עקיבא אויף די מצוה פון צדקה, אז א קעניג וואס האט איינגעשפארט זיין קנעכט אין א תפיסה, און איינער איז געקומען און אים געשפייזט, וועט אים דער קעניג געוויס שטראפן, אויב אזוי אז דער באשעפער האט געמאכט א מענטש ארעם ווי אזוי מעג מען דעם ארעמאן געבן צדקה? האט אים רבי עקיבא געענטפערט מיר אידן ווערן נישט אנגערופן קנעכט, נאר קינדער, און ביי א טאטע ווען ער צארנ'ט אויף זיין קינד און איינער האט אויף אים רחמנות און גיט אים צו עסן, טוהט אים דער טאטע נאך מער באלוינען. זעהט מען פון דעם אז ביי די מצוה פון צדקה ווערן מיר אויך אנגערופן בנים פון באשעפער און נישט קיין קנעכט, דעריבער טיילן מיר צדקה ערב סוכות, כדי מיר זאלן וויסן אז דער באשעפער האט אהנגענומען אונזער תשובה און ער האט אונז מוחל געווען, ווייל "אב שמחל על כבודו כבודו מחול".
פארמעהרן צדקה ערב סוכות
נאך א טעם זאגט דער 'בני יששכר'. דער חיד"א (כסא דוד דרוש ז כז:) ברענגט א מדרש, אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, האבן זיי געמאכט א בונד צווישן זיך, אז יעדער וועט ארויס העלפן און טוען גוט'ס מיט'ן צווייטן. זאגט דער חיד"א, ווייל ס'שטייט (מדרש רבה רות ה:ד) רבי אבין זאגט קום און זעה דעם כח פון צדיקים, און דאס גרויסקייט פונעם כח פון צדקה, און ווי גרויס איז דער כח פון די 'גומלי חסדים', די וואס טוען גוט'ס איינער מיט'ן צווייטן, וואס זיי באשיצן זיך נישט אין שאָטן פון די וועלט, נישט פון שאָטן פונעם מארגן־שטערן, און נישט אינעם שאטן פון די זון, נאר זיי באשיצן זיך אינעם שאטן פון באשעפער, אזוי ווי ס'שטייט (תהלים לו:ח) "מה יקר חסדך וכו' ובצל כנפיך יחסיון"-ווי וואונדערליך טייער איז דיין גענאדע 'רבונו של עולם', און די מענטשן וואס ווילן זיך באשיצן אין שאטן פון דיינע פליגל, זאלן געניסן פון דיין גענאדע און נישט די רשעים וואס זענען דאס נישט ווערט. זאגט רבי אבין אז די בעלי צדקה און גומלי חסדים ווערן נישט געפיהרט דורך מלאכים, נאר דורכ'ן באשעפער אליין. דאס קען זיין דער טעם פארוואס די אידן האבן גענומען אויף זיך צו טוען גוט'ס און זיין גומלי חסד איינער מיט'ן צווייטן, כדי זיי זאלן זוכה זיין אז דער באשעפער אליין און נישט קיין מלאכים זאלן זיי באשיצן מיט די ענני הכבוד. דערפאר סוכות וואס איז א זכר צו די ענני הכבוד וואס די אידן האבן נאר זוכה געווען ווייל זיי זענען געווען גומלי חסד, פאַסט אז מיר זאלן אויך געבן צדקה און גומל חסד זיין איינער מיט'ן צווייטן, כדי מיר זאלן אויך זוכה זיין זיך צו קענען שיצן אינעם שאטן פון באשעפער אליין. (בני יששכר מאמר חדש תשרי מאמר י:כד)
דער גרויסע ענין צו פארמעהרן מיט צדקה ערב סוכות.
ערב סוכות איז א גרויסער ענין צו געבן אסאך צדקה, אזוי ווי ווערט גע'פסק'נט אין "מטה אפרים". ס'ווערט דערציילט, אז ביים הייליגן "דברי חיים" דער צאנז'ער רב זי"ע, האט פארנומען א גרויסער ארט פאר סוכות, דאס טיילן צדקה. ער האט צוגעלייגט א שיינעם רמז, אויף דעם שייכות פון צדקה צו סוכות, ווי פאלגנד: די סוכה, איז לויט'ן דין מן התורה, 2 דפנות (ווענט), יעדער איינער 7 טפחים די ברייט, אויף 10 די הויך, און דער דריטער דופן, 1 טפח די ברייט, אויף 10 די הויך. אלזא, יעדער דופן איז 7 אויף 10. צוזאמען קומט אויס 70 (70=710). 2 דפנות איז 140, ווען מען רעכנט צו אויך דעם דריטן דופן (נאר 10), איז צוזאמען 150. צוגעלייגט: אין סוכה גייט מען דאך אריין מיט די רמ"ח אברים, קען מען דאך דעריבער צורעכענען אויך די "קרקע הסוכה", וואס דאס האט אויך אין זיך א קדושת סוכה. די קרקע הסוכה איז דאך אויך 7 אויף 7, ד.ה. 49. דאס צוזאמען מיט די 199, איז 248 - רמ"ח. ווען מ'זאל צורעכענען אויך די "סכך", וואס איז 7 אויף 7, איז 49. צוזאמען קומט אויס 199 - "צדקה" באטרעפט אויף 199. ווען מ'האט דעם צאנז'ער רב'ס ווארט איבער געזאגט פאר'ן גאון דער "אבני נזר" זי"ע, איז דאס אים זייער געפאלן, און ער האט באלד דערצו
צדקה איז מיין נוי סוכה
נאך ווערט דערציילט אז ערב סוכות פלעגט דער דברי חיים פון צאנז זי"ע אוועק טיילן געלט אויף צדקה מער ווי געוועהנליך. אמאהל ערב סוכות האט ער זיך גענויטיגט אין א סומע פון צוויי טויזענט רובל. זענען זיינע קינדער געגאנגען בארגען דאס געלט ביי די גבירים אין שטאט און דאס געברענגט פאר'ן דברי חיים, און ער האט דאס גלייך פארטיילט צו די ארימעלייט. ביינאכט ווען ער איז געשטאנען ביים טיהר פון די סוכה אריינצוגיין, האט דער דברי חיים זיך אויסגעדריקט: די וועלט פיהרט זיך צו באשיינען און באציהרן די סוכה מיט פארשידענע סארט "נוי סוכה". אבער איך טוה נישט אזוי. די צדקה דאס איז מיין "נוי סוכה", דאס איז די שיינקייט און די פראכט פון די סוכה.
נאר אזוי קען מען מקבל זיין אברהם אבינו ע"ה אין די סוכה
אין ספר "מקור חיים" (חג הסוכות) שטייט: אמאהל ערב סוכות האט דער "דברי חיים" זי"ע זיך געוואנדן צו זיינע קינדער און זיי געזאגט, גיט מיר אייער גאנצע געלט, ווייל ערב סוכות מוז מען געבן אסאך צדקה, און דאס איז דער שענסטער נוי סוכה וואס באשיינט די סוכה, ווייל היינט ביינאכט הבעל"ט וועט קומען אין די סוכה דער אושפיזא וואס איז אברהם אבינו ע"ה וואס זיין מדה איז מדת החסד, דעריבער דארף מען טיילן אסאך צדקה, און נאר דעמאלט קען מען מקבל זיין אברהם אבינו ע"ה אין די סוכה, איז און מ'האט דעמאלט געזאגט אז דער דברי חיים