Skip to content
מיין יו"ט אוצר

דאס הייסט דען גילוי אליהו?...

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דעם ערשטן טאג סוכות האט זיך צווישן חסידים אין ראפשיץ פארשפרייט א קלאנג, אז דער ראפשיצער רב האט די ערשטע נאכט סוכות געהאט גילוי אליהו! דער קלאנג האט שטארק פארדראסן דעם ראפשיצער רב, ווייל ער איז געווען אן 'איש אמת', און ער האט נישט געקענט פארליידן אזעלכע נארישקייטן. האט דער ראפשיצער רב צווישן מנחה און מעריב צוגערופן עטליכע פון זיינע נאנטע מענטשן און זיי געזאגט: איר זאלט וויסן אז דער קלאנג וואס האט זיך פארשפרייט, אז איך האב געהאט די ערשטע נאכט סוכות גילוי אליהו, איז א גרויסע ליגנט... ערשטנס, ווי קום איך זוכה צו זיין צו גילוי אליהו? צווייטנס, ווי קומט דאס צו אייך איר זאלט גלייבן אויף מיר אזעלכע פוסטע איינרעדענישן? "וואס הייסט, רבי?" האט איינער צוריק געפרעגט, "ס'איז דאך דא אן עדות וואס איז געשטאנען אונטער'ן רבינ'ס סוכה און ער האט קלאהר געהערט ווי דער רבי שמועסט מיט איינעם אין די סוכה, אין די צייט וואס דער רבי איז געווען אליין אין סוכה! מיט וועמען דען האט דער רבי געקענט שמועסן, אויב נישט מיט אליהו הנביא? "נארנים, וואס איר זענט!", ענטפערט דער ראפשיצער רב מיט א שמייכל, "די ערשטע נאכט איז געווען שרעקליך קאלט אינדרויסן, און איך האב געציטערט פון קעלט. דערפאר האב איך גערעדט צו זיך אליין די גאנצע נאכט, אז מיינע ליפן זאלן נישט פארפרוירן ווערן... און אט דאס הייסט ביי אייך גילוי אליהו?...

More in this printout

View the whole printout