Skip to content
מיין יו"ט אוצר

דברות קודש מרבוה"ק

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

בחמשה עשר יום לחדש השביעי הזה חג הסוכות שבעת ימים לה' (ויקרא כג:לד)

פארוואס האט דער באשעפער באפוילן דוקא צו מאכן סוכות אלס א זכר צו די ענני הכבוד, וואס האבן ארומגענומען און באשיצט די אידן ווען זיי זענען ארויס געגאנגען פון מצרים אזוי ווי די גמרא (סוכות יא.) זאגט, אויפ'ן פסוק (ויקרא כג:מג), "כי בסוכות הושבתי את בני ישראל", אז דאס זענען ענני כבוד, וואלט מען דאך געדארפט מאכן סוכות אין חודש ניסן וואס דעמאלט זענען די אידן ארויס געגאנגען פון מצרים? מ'קען דאס ערקלעהרן אזוי: די ענני הכבוד האבן באשיצט די אידן פון די ברענעדיגע זון און פון די שווערע רעגנ'ס אזוי ווי דער פסוק (ישעי' ד:ו) זאגט: "וסוכה תהי' לצל יומם מחרב ולמחסה ולמסתור מזרם וממטר", אבער די הויפט גוטסקייט האט זיך אנגעזעהן מיט דעם וואס די ענני הכבוד האבן באשיצט פון די שווערע רעגנ'ס, שנייען, און האגל, וואס דעמאלט דערקענט זיך גאר שטארק די גוטסקייט פונעם באשעפער. דעריבער האט דער באשעפער באפוילן צו פייערן דעם יום טוב סוכות אין חודש תשרי, דער אנהויב פון די רעגן טעג וואס דעמאלט וועט זיך מער אנזעהן דאס גוטסקייט וואס דער באשעפער האט געטוען מיט די אידן ווען ער האט זיי באשיצט מיט די ענני הכבוד ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים.

(כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע-מדבר קדש)

ושמחת בחגך והיית אך שמח. (ויקרא כג:מ)

סוכות ווערט אנגערופן "זמן שמחתנו", ווייל ס'איז באקאנט, די גרויסע מעלות פון די סוכה, אז יעדער טאג קומען די זיבן אושפיזין: [אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד] אין די סוכה, יעדער פון די אושפיזין קומט אין זיין באשטימטן טאג, און ווערט באגלייט פון דורך די אנדערע אושפיזין, און יעדער איד דארף דאס גלויבן אז די אושפיזין קומען אין די סוכה, און ווען ס'איז דא א פארזאמלונג פון צדיקים, זאגן חז"ל (סנהדרין עא:) "כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם", און ווען די אושפיזין קומען זיצן אין די סוכה פון יעדער איד, איז נישטא קיין גרעסערע שמחה פון דעם, דעריבער איז סוכות טעג פון שמחה".

(כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע - מדבר קדש)

ותזכנו לישב ימים רבים על האדמה אדמת קדש (יה"ר להסוכה)

דער זיידע ז"ל [כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע] האט ערקלעהרט דעם ענין פון סוכה אפילו אין חוץ לארץ, אז אין די סוכה נעמט אונז דער באשעפער ארום מיט די קדושה פונעם בית המקדש פון אלע פיהר זייטן, פון אויבן פון אונטן, די ווענט, די סכך, און די לופט פון די סוכה איז ממש די לופט פון קדושת ארץ ישראל. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס מיר בעהטן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן אין ארץ ישראל, "ימים רבים" ווייל די סוכה איז פיהל מיט די קדושה פון ארץ ישראל אבער דאס בלייבט נישט אויף לאנג, דערפאר בעהטן מיר אז מיר זאלן שטענדיג זוכה זיין צו די קדושה פון ארץ ישראל.

(כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע)

הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת... (כרהמ"ז)

דאס ווארט "הנופלת" איז אויך א לשון פון תפלה-דאווענען. אזוי ווי ס'שטייט (דברים ט:יח) "ואתנפל"- און איך האב געדאווענט. די סוכה פון דוד המלך שטייט אויבן אין הימל און בעהט זיך ביים באשעפער ער זאל שוין רחמנות האבן אויף זיינע קינדער וואס זענען אין גלות און מיר זענען מתפלל אויף דעם בית המקדש אז עס זאל שוין אויפגעבויט ווערען במהרה. דאס זאגן מיר "הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד" -דער באשעפער זאל אויף שטעלן דעם בית המקדש. וועלכע בית המקדש מיינט מען? זאגט מען גלייך "הנופלת",

(כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע - מדבר קדש)

ולקחתם לכם ביום הראשון. (אמור כג:מ)

די כוונה פונעם מדרש קען זיין: ס'שטייט (ויקרא רבה ל:ב): ראש השנה און יום כיפור משפט דער באשעפער די אידן אנטקעגן די גוים, און מיר ווייסן נישט ווער ס'וועט זיגן. אבער ווען די אידן גייען ארויס מיט די אתרוגים און לולבים אין זייערע הענט, ווייסט מען אז די אידן האבן געזיגט. דער ענין פארוואס דער באשעפער מיט זיין גרויס חסד, משפט די אידן אנטקעגן די גוים איז, ווייל ער וויל אז די אידן זאלן זוכה זיין בדין, און כאטש דער איד טרעפט שטענדיג אין זיך א פעהלער, אבער אנטקעגן די אומות העולם-די גוים, זענען דאך די אידן זיכער בתכלית השלימות, און זיי גייען ארויס זכאי בדין. דאס זאגט דער מדרש: "ולקחתם לכם ביום הראשון-ראשון לחשבון עוונות", די כוונה איז אויפ'ן חשבון צווישן די אידן און דעם באשעפער. כאטש אנטקעגן די אומות העולם זענען דאך אידן בתכלית השלימות און זיי גייען ארויס מיט א זכות פון זכאי בדין, אבער די אידן פאר זיך דארפן שטענדיג טראכטן דעם "חשבונו של עולם",– אז זיי זענען נאך נישט בתכלית השלימות, און דארפן תשובה טוען אויף זייערע מעשים.

מדרס: ללפון לחסכון עוונות - פון סוכות סויכט מען חסן פריס לו ליילען די עבירות.

(מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע)

ולקחתם לכם ביום הראשון. (אמור כג:מ)

מדרש (ויק"ר ל:ב): די אידן און די פעלקער קומען צו ווערן גע'משפט פאר'ן באשעפער, און די שרי אומות העולם קומען מקטרג זיין פאר'ן באשעפער אויף די אידן, און מיר ווייסן נישט ווער ס'וועט זיגן. אבער ווען די אידן גייען ארויס מיט די אתרוגים און לולבים אין זייערע הענט, ווייסט מען אז די אידן האבן געזיגט. אייגענטליך וואס פאר א דין און משפט האבן די אידן מיט די פעלקער אין ראש השנה? נאר מ'קען דאס פארשטיין לויט וואס דער מדרש (ויק"ר ל:ב) זאגט: ראש השנה איז דער יום הדין, און דער באשעפער מיט זיין גרויס חסד, וויל מזכה זיין די אידן, דעריבער משפט ער די אידן צוזאמען מיט די פעלקער, און אזוי ארום וועלן די אידן זיכער ארויס זכאי בדין, ווייל כאטש די אידן זענען נישט אליין בשלימות אבער אנטקעגן די פעלקער, זענען זיי דאך שטענדיג זיכער בתכלית השלימות. דאס איז פשט אין מדרש: אז די אידן מיט די פעלקער קומען צו ווערן גע'משפט פאר'ן באשעפער, און די שרי אומות העולם קומען מקטרג זיין אויף די אידן, און מיר ווייסן נישט ווער ס'וועט זיגן? אבער וויבאלד דער באשעפער משפט די אידן צוזאמען מיט די פעלקער, זענען די אידן זיכער מנצח, ווייל די אידן קעגן די פעלקער זענען שטענדיג בתכלית השלימות.

(כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע)

כי בסוכות הושבתי את בני ישראל (ויקרא כג: מב)

אין מדרש שטייט: די ענני הכבוד האבן אויפגעהויבן די אידן און זיי געפיהרט אנגעלאהנט אזוי ווי איינער וואס די שיף פיהרט אים כאטש דער מענטש גייט נישט מיט זיינע פיס אין די שיף, דערפאר ווען מ'איז געגאנגען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, זענען זיי נישט מיד געווארן. דער פסוק זאגט: כי בסוכות "הושבתי",- איך האב אייך באזעצט, און נישט דער לשון "הולכתי",— געגאנגען, ווייל די אידן זענען געזיצן אין זייערע הייזער און די וואלקענעס האבן זיי געטראגן.

(החיד"א-חומת אנך)

כי בסוכות הושבתי את בני ישראל (ויקרא כג: מב)

די גמרא (סוכה יא:) ברענגט א מחלוקת, וואס זענען געווען די סוכות אין מדבר? רבי אליעזר זאגט: ס'איז געווען ענני כבוד, און רבי עקיבא זאגט: ס'איז געווען בודקעס ממש. קען מען זאגן אז רבי אליעזר און רבי עקיבא גייען לשיטתו, וויבאלד רבי אליעזר האלט אז די סוכות אין די מדבר זענען געווען די ענני כבוד, וואס איז געווען איין סוכה, האלט ער דעריבער "אין יוצאין מסוכה לסוכה",-מ'טאהר נישט ארויס גיין פון איין סוכה צו די צווייטע, נאר מ'דארף בלייבן אין די זעלבע סוכה. רבי עקיבא וואס האלט אז די אידן האבן געבויעט סוכות ממש, קומט אויס אז ווען זיי האבן זיך געצויגן פון איין ארט צום צווייטן און גערוהט אויף א נייעם ארט האבן זיי זיך געמאכט נייע סוכות, דעריבער האלט רבי עקיבא, יוצאין מסוכה לסוכה.

(כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)

בסכת תשבו שבעת ימים... (ויקרא כג:מב)

די גמרא (שבת קל) זאגט: אלע מצוות וואס אידן האבן אנגענומען מיט פרייד, זענען זיי היינט אויך מקיים מיט פרייד. דערפאר מאכט מען נאר א זֵכֶר צו די סוכות וואס דער באשעפער האט געמאכט פאר די אידן, און נישט פאר די אנדערע זאכן וואס זענען געווען נאך יציאת מצרים, אזויווי, מן, באר, שליו. ווייל ביי די אנדערע זאכן האבן די אידן געקלאגט אויף משה רבינו, אויסער ביי "סוכות" האבן זיי זיך געפרייד. זאגט די תורה, אז מיר זאלן מאכן די מצוה וואס איז געמאכט געווארן מיט פרייד, אין א צייט וואס מ'פריידט זיך, 'זמן שמחתנו'- און דאס איז סוכות.

(שפתי צדיק)

בסכת תשבו שבעת ימים... כי בסכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים... (ויקרא כג:מב-מג)

לס"י: סוכס ליז ס זכר לענני סככוד, וולס סלט נססילט די סידן לין מדבר.

פרעגן די מפרשים, אידן האבן דאך באקומען דריי מתנות אין מדבר, 'מן' 'באר' און 'ענני הכבוד' (תענית ט.) איז פארוואס מאכט מען דווקא א זכר נאר פאר די ענני הכבוד און נישט פאר'ן 'מן' און די 'באר'? דער חיד"א ברענגט בשם גברא רבא הרב החסיד רבי חיים כפוסי', אז דער 'מן' און די 'באר' איז געקומען פאר די אידן על פי דין, ווארט האט ער זיך געגעבן א רוף אהן. דאס האט דער תנא פון די משנה געמיינט... דאס איז פשוט פשט. (עירין קדישין בשם כתבי ר' יוסף צלא ז"ל)

• א חשובע מצוה

אלע מצוות איז מען נאר מקיים מיט איין אבר, אבער די מצוה סוכה נעמט ארום דעם מענטש מיט אלע זיינע גלידער. און ס'איז נישטא נאך אזא חשובע מצוה ווי די מצות סוכה, ווייל מ'גייט אריין אין די סוכה מיטן גאנצן קערפער, אפילו מיט די שטיוועל. (דברי יחזקאל')

• שכר מצות סוכה

לעתיד לבוא וועט א בת־קול ארויס קומען פון א הויכער בארג אין ארץ ישראל, און וועט אויסרופן, "די אלע צדיקים וואס האבן געהיטן די מצוה פון סוכה, זאלן קומען אין די סוכה פונעם 'עורו של לויתן' זיך דערקוויקן מיט די הייליגע זיסקייט פון די שכינה הקדושה", און דארט וועלן זיי זעהן דעם גרויסן נס וואס דער באשעפער וועט טוען פאר די וואס האבן מקיים געווען די מצוה פון סוכה. אויסער דעם גאנצן כבוד וואס צדיקים וועלן זוכה זיין לעתיד לבוא, וועט דער באשעפער פאר יעדן מאכן א באזונדערע חופה לויט זיין מדריגה, אלע חופות וועלן זיין געקניפט און געבינדן איינס העכער פון אנדערן, וואס וועט דערגרייכן ביז'ן כסא כבוד, און דארט וועלן זיי זוכה זיין צו זעהן די ליכטיגע לויטערקייט פונעם באשעפער. (מחזה אברהם', קונטרס חזון למועד)

• די סוכה איז א רמז אויף גלות

כל האזרח בישראל ישבו בסוכות. (ויקרא כג:מב)

דער הייליגער ריזשינער האט אמאהל געזאגט אז די מצוה פון סוכה איז מרמז אויפ'ן גלות, ווייל די סוכה איז דער דירת ארעי פון א מענטש און אויך מיר זענען אין גלות בארעי און בקרוב וועלן מיר שוין אנקומען צוריק אהיים. און דער צדיק האט צוגעלייגט אז צווישן די הלכות וואס איז דא ביי סוכה איז די הלכה אז די סכך פון די סוכה, מעג נישט זיין געמאכט פון א זאך וואס איז מחובר לקרקע ווייל א איד אין גלות איז נישט מחובר לקרקע, דער איד גייט כסדר גלות ליידן ווען ער איז אין גלות. מיט נאך א זאך איז די סוכה ווי דער גלות. די הלכה איז אז א סוכה מעג נישט זיין צו הויך, פון צעהן טפחים און העכער איז דאס כשר, אבער נאר ביז צוואנציג אמה, ווייל א איד אין גלות מעג זיך נישט דערהייבן צו הויך, ער דארף שטענדיג ארומגיין איינגעבויגן און מקבל זיין אויף זיך דער עול הגלות. (ויקהל משה)

• פסח און סוכות, זכר אויף יציאת מצרים

די ספרים הק' פרעגן פארוואס זענען באשטימט געווארן צוויי באזונדערע ימים טובים פסח און סוכות, ווען ביידע ימים טובים זענען א זכר אויף יציאת מצרים? נאר ס'קען זיין אז פסח איז בלויז א זכר אויף דעם אז דער באשעפער מקטיר געווען קטורת. ענטפערט דער זוהר הק' ווייל דורכדעם וואס די אידן זענען מקטיר קטורת טוען זיי פארשניידן די אידישע שונאים. די גמרא (שבת פט:) פרעגט: פארוואס הייסט דער הר סיני, הר חורב? ווייל דורך קבלת התורה איז אראפ געקומען א חורבה אויף די אומות העולם. זעהט מען אז דער מזבח מיט די תורה זענען ממש גלייך, ווייל דורך די קטורת וואס מ'יז מקטיר אויפ'ן מזבח ווערן פארשניטן די אידישע שונאים, און דורך קבלת התורה איז אראפ געקומען א חורבה אויף די אומות העולם. דעריבער אז מיר האבן היינט ליידער נישט דעם מזבח, נעמט דער חזן פון די שוהל די ספר תורה און ער גייט ארום די בימה, וואס דאס איז דער ענין פון קבלת התורה.

(כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע)

וְנוֹהֲגִים לְכַבּוֹת אֶת הַנֵּרוֹת עִם הַהוֹשַׁעֲנוֹת לְשִׂמְחָה", (טור סי' תרס"ד)

דער טעם דערפון קען מען זאגן אזוי. אין הושענא רבה, איז די עיקר עבודה, צו בעהטן אויף עהרליכע קינדער, אזוי ווי מען זאגט אין דעם "יְהִי רָצוֹן" אויפ'ן בינדן דעם לולב, אז "עֲרָבָה" בגימט' "זֶרַע" און אויפ'ן פסוק (הושע יד,ז) יֵלְכוּ יוֹנְקוֹתָיו וִיהִי כזַיִת הודו, טייטשט רש"י בשם התרגום, די כוונה פונעם פסוק, זיינע זוהן און טעכטטער זאָלן זיך מעהרן און זייער לויטערקייט זאָל זיין אזוי ווי די לויטערקייט פון די הייליגע מנורה, ממילא די "ערבה" וואס איז מרמז אויף קינדער, לעשט מען מיט דעם אויס, די מנורה, מרמז צו זיין, אז מיר דארפן נישט די נרות המנורה, ווייל אונזערע קינדער אליין וועלן זוכה זיין צו לייכטן אזוי ווי די מנורה.

(כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע)

הושענא רבה - א טאג פון תשובה

מ'פיהרט זיך צו זאגן, הושענא רבה ביי שחרית דעם קאפיטל "מזמור שיר ליום השבת", ווי דער טור (סי' תרס"ד) זאגט: "ביום חמישי של חול המועד שהוא הושענא רבה נוהגים שמרבין במזמורים כמו ביום טוב". מ'קען ערקלעהרן פארוואס מ'זאגט אין הושענא רבה "מזמור שיר ליום השבת", לויט ווי דער מדרש (ב"ר פכ"ב) זאגט: אז ווען אדם הראשון האט געהערט, ווי קין האט זיך אויסגעגליכן מיט'ן באשעפער כביכול דורכדעם וואס ער האט תשובה געטוען, האט אדם הראשון געזאגט דעם פסוק "מזמור שיר ליום השבת". דעריבער, הושענא רבה, ווען ס'איז א טאג פון תשובה, איז פאסיג צו זאגן דעם קאפיטל "מזמור שיר ליום השבת".

(מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)

• שמחת תורה •

נָגִיל וְנָשִׂישׂ בְּזֹאת הַתּוֹרָה כִּי הִיא לָנוּ עוֹז וְאוֹרָה. (פיוט שמחת תורה)

כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע האט געזאגט: וואס דער באדייט פון דאס טאנצן שמחת תורה קען איך אייך נישט זאגן. אבער דאס קען איך זאגן, אז אלע תפילות וואס זענען נישט ארויפגעגאנגען אין הימעל א גאנץ יאהר, קומען אהן אויבן, דורכ'ן טאנצן אין שמחת תורה. האט כ"ק מרן מהר"י מבעלזא זי"ע צוגעלייגט: די גמרא (יומא ג) זאגט: "שְׁמִינִי [עֲצֶרֶת] רֶגֶל בִּפְנֵי עַצְמוֹ הוּא לְעִנְיַן פַּזֵר קְשַׁב". שמיני עצרת איז א יום טוב פאר זיך פאר'ן ענין פון "פַּזֵר", די אלע פארשפרייטע תפילות פון א גאנץ יאהר, "קְשַׁב", הערט אויס דער באשעפער אין דעם טאג.

More in this printout

View the whole printout