אך כל מלאכת עבודה לא תעשו. (ויקרא כג:לד-לו)
דער באשעפער זאגט: מאכט פאר מיר א גאנצע עבודה פאר מיין נאמען און פריידט זיך מיט מיין שמחה, און נישט אז די שמחה זאל זיין פאר שוואוילטאג, נאר דער עיקר פרייד זאל זיין מ'זאל זיך פאראייניגן און זיין צוגעבונדן צו מיין אוצר... דברות קודש מרבוה"ק... (ילקוט אוהב ישראל)ולקחתם לכם ביום הראשון... (ויקרא כג:מ)
מדרש: וְכִי רִאשׁוֹן הוּא וַהֲלֹא ט"ו הוא אֶלָא רִאשׁוֹן לְחֶשְׁבּוֹן עֲוֹנוֹנוֹת, דארף מען פארשטיין וואס איז די כוונה פון רִאשׁוֹן לְחֶשְׁבּוֹן עֲוֹנוֹנוֹת? נאר, אין די עשרת ימי תשובה טוען אידן תשובה מיראה און דעמאָלט ווערן פון די עבירות אזוי ווי שְׁגָגוֹת, אבער סוכות איז מען זוכה צו טוען תשובה מאהבה, ווערן פון די עבירות, מצוות, דעריבער איז דאס א גוטע בשורה, אז דער באשעפער הייבט אָהן דעמאָלט צו רעכענען די עבירות, ווייל דער באשעפער מאכט דערפון מצוות. (קדושת לוי)בסכות תשבו שבעת ימים... (אמור כג:מב)
ביי יעדער מצוה, וואס דער מענטש גייט מקיים זיין, דארף ער פריער מאכן א רוחנית'דיגע הכנה, און דערנאך קען ער מקיים זיין די מצוה געהעריג. דאס זאגט דער פסוק: "בסכות תשבו", דרש'ענען חז"ל, אז דאס מיינט "תשבו כעין תדורו"-אז לויט די הכנה אין די דירת קבע, במשך פונעם יאהר, אזוי וועט זיין דאס זיצן אין די סוכה, וואס מען וועט מקיים זיין מיט די ריכטיגע הכנה פון קדושה און שמחה. ('באר משה' - קאזשניץ)כי בסוכות הושבתי את בני ישראל (ויקרא כג: מב)
די גמרא (סוכה יא:) ברענגט א מחלוקת, וואס זענען געווען די סוכות אין מדבר? רבי אליעזר זאגט: ס'איז געווען ענני כבוד, און רבי עקיבא זאגט: ס'איז געווען בודקעס ממש. קען מען זאגן אז רבי אליעזר און רבי עקיבא גייען לשיטתו, וויבאלד רבי אליעזר האלט אז די סוכות אין די מדבר זענען געווען די ענני כבוד, וואס איז געווען איין סוכה, האלט ער דעריבער "אין יוצאין מסוכה לסוכה",-מ'טאהר נישט ארויס גיין פון איין סוכה צו די צווייטע, נאר מ'דארף בלייבן אין די זעלבע סוכה. רבי עקיבא וואס האלט אז די אידן האבן געבויעט סוכות ממש, קומט אויס אז ווען זיי האבן זיך געצויגן פון איין ארט צום צווייטן און גערוהט אויף א נייעם ארט האבן זיי זיך געמאכט נייע סוכות, דעריבער האלט רבי עקיבא, יוצאין מסוכה לסוכה. (כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)בסכת תשבו שבעת ימים... (ויקרא כג:מב)
די גמרא (שבת קל) זאגט: אלע מצוות וואס אידן האבן אנגענומען מיט פרייד, זענען זיי היינט אויך מקיים מיט פרייד. דערפאר מאכט מען נאר א זֵכֶר צו די סוכות וואס דער באשעפער האט געמאכט פאר די אידן, און נישט פאר די אנדערע זאכן וואס זענען געווען נאך יציאת מצרים, אזויווי, מן, באר, שליו. ווייל ביי די אנדערע זאכן האבן די אידן געקלאגט אויף משה רבינו, אויסער ביי "סוכות" האבן זיי זיך געפרייד. זאגט די תורה, אז מיר זאלן מאכן די מצוה וואס איז געמאכט געווארן מיט פרייד, אין א צייט וואס מ'פריידט זיך, 'זמן שמחתנו'- און דאס איז סוכות. (שפתי צדיק)בסכת תשבו שבעת ימים... כי בסכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים... (ויקרא כג:מב-מג)
לס"י: סוכס ליז ס זכר לענני סככוד, וולס סלט נססילט די סידן לין מדבר. פרעגן די מפרשים, אידן האבן דאך באקומען דריי מתנות אין מדבר, 'מן' 'באר' און 'ענני הכבוד' (תענית ט.) איז פארוואס מאכט מען דווקא א זכר נאר פאר די ענני הכבוד און נישט פאר'ן 'מן' און די 'באר'? דער חיד"א ברענגט בשם גברא רבא הרב החסיד רבי חיים כפוסי', אז דער 'מן' און די 'באר' איז געקומען פאר די אידן על פי דין, ווייל דער באשעפער האט זיי ארויסגענומען פון מצרים און מדבר אריין, און זיי גענומען פאר זיין פאלק צו זיין זייער קעניג, איז מן הראוי אז ער זאל זיי געבן צו עסן און צו טרינקען. אבער די ענני הכבוד זענען געווען לפנים משורת הדין כדי זיי צו באשיצן פון די זון האט דער באשעפער מיט דעם געוויזן א חיבה יתירה צו די אידן דעריבער מאכט מען א זכר דווקא פאר די ענני הכבוד צו דאנקען דעם באשעפער פאר זיין ליעבשאפט צו אונז. נאך א תירוץ ברענגט דער חיד"א ווייל דער 'מן' און די 'באר' האבן אידן באקומען דורך תלונות, זיי זענען געקומען מיט טענות צו משה רבינו אז זיי האבן נישט וואס צו עסן און נישט וואס צו טרינקען, און אויף זאכן וואס קומט דורך טענות און קריגערייען מאכט מען נישט א זכר. אבער די ענני הכבוד האט זיי דער באשעפער אליין געגעבן מרוב חסדיו, דעריבער אויף אזא זאך מאכט מען יא א זכר. (ספרו "ראש דוד")בסכת תשבו שבעת ימים... (ויקרא כג:מב)
אייגענטליך ווען מ'טראכט אריין אין די מצוה פון סוכה קומט אויס אז יעדער איד האט דאך א פריוואטע סוכה פונדעסטוועגן ווען מ'רעדט פון סוכות שטייט אימעטום "סוכות", ווי חג הסוכות און אזוי ווייטער, ס'וואלט געדארפט הייסן "חג הסוכה". נאר ס'שטייט אין 'ילקוט שמעוני' אז דורכדעם וואס א איד היט אפ די מצוה פון סוכה אויף די וועלט וועט ער זוכה זיין לעתיד לבוא צו זיצן אין די סוכה פון די צדיקים און ווי ס'ווערט געברענגט וועט דאס זיין אינעם 'עורו של לוויתן'. קען זיין אז דעריבער שטייט 'סוכות' א לשון רבים. ווייל ס'איז מרמז אויף ביידע סוכות, די סוכה אין וואס מיר זיצן יעצט, און די צווייטע סוכה פון 'עורו של לוויתן' לעתיד לבוא. (בני יששכר)בסכת תשבו שבעת ימים... (ויקרא כג:מב)
הגאון רבי שלמה קלוגער זצוק"ל ברענגט א וואונדערליכער טעם פאר מצות סוכה. די גמרא (תענית כד:) דערציילט אויף רבא אז ער האט מתפלל געווען אין תקופת תמוז, ס'זאל גיין רעגן און זיי תפילה איז אנגענומע געווארן און ס'האט גע'רעג'נט. איז זיין טאטע געקומען צו אים אין חלום און געזאגט ווייל דו האסט מטריח געווען כלפי שמיא איז דא אויף דיר קטרוגים, איז ראטזאם אז דו זאלסט נישט שלאפן אויפ'ן פלאץ ווי די שלאפסט געוועהנליך. אינדערפרי האט ער געזעהן סימנים פון מעסערס אין זיין געוועהנליכע בעט, ווייל די מזיקים האבן אים געוואלט שעדיגן. לויט דעם קען מען זאגן אזוי: אידן דאווענען ראש השנה און יום כיפור, זיי זענען מפציר און בעהטן שטארק, מער ווי ס'קומט זיין עפ"י שורת הדין, און דער באשעפער הערט זייערע תפילות און שענקט זיי א גוט געבענטשט יאהר. איז דא א חשש אז די מזיקים וועלן מקטרג זיין און זיי וועלן שעדיגן ח"ו, דעריבער האט דער באשעפער באפוילן מ'זאל ענדערן דאס פלאץ ווי מ'שאלפט א גאנץ יאהר אוןארויסגיין און שלאפן אין די סוכה.למען ידעו דרתיכם כי בסכות הושבתי את בני ישראל... (ויקרא כג:מג)
ס'איז באקאנט די קשיא פונעם חיד"א זצ"ל פארוואס דוקא אויפ'ן נס פון די 'ענני הכבוד' מאכט מען א זכר מצות סוכה, און די אנדערע נסים וואס זענען געווען אין מדבר, ווי מָן, און בּאֵר, מאכט מען נישט קיין זכר? דער "בני יששכר" ברענגט א תירוץ: חז"ל זאגן אז אינעם מָן האט מען געקענט שפיהרן א טעם פון אלע מאכלים וואס מ'האט נאר געוואלט, און אינעם וואסער פונעם באר האט מען געשפיהרט א טעם פון אלע משקאות וואס מ'האט געוואלט. דעריבער ווען אידן גייען אריין אין די סוכה, און מ'עסט און מ'טרינקט לכבוד יו"ט, האט מען מיט דעם געמאכט דעם זכר צו אלע דריי נסים. נאך א תירוץ ענטפערט דער 'בני יששכר', אז ברויט און וואסער איז א זאך וואס דער באשעפער שפייזט אלע זיינע באשעפעניש, ווייל ס'איז דאך וויכטיג צום לעבן פונעם מענטש, דעריבער איז נישט שייך צו מאכן א זכר אויף א נס פאר א זאך וואס קומט נאטורליך צו געבן. אבער די ענני הכבוד וואס דאס קומט נישט מן הדין צו געבן, מאכט מען די סוכה אלס זכר צום נס.• א מנורה פאר סוכות
הגה"צ רבי יונתן שטייף זצ"ל, אב"ד פעסט, איז פאר שבת מברכים אלול, געקומען צוזאמען מיט זיינע ראשי הקהלה צו מרן זי"ע, צו נעמען א ברכה צום נייעם יאהר. ביים געזעגענן זיך, זענען 14-15 אידן וואס זענען מיט אים געקומען אדורך געגאנגען מרן זי"ע, און מרן זי"ע האט זיי אלע געוואונטשן א גוט געבענטשט יאהר. מערסטע פון די אידן זענען געווען אייניקלעך פונעם הייליג'ן 'חתם סופר'. ווען דער צעהנטער איד וואס האט געהייסן מר. פריידיגער איז אדורך געגאנגען האט אים מרן זי"ע אפגעשטעלט און געזאגט: "איך בין געקומען דא אהער אהן חפצים, און ביי אונז איז געווען דער מנהג צו האבן א מנורה אין די סוכה, אפשר בארגסטו מיר א מנורה." אלע אנוועזענדע זענען געבליבן שטיין פארוואונדערט, פארוואס האט מרן זי"ע פונקט אפגעשטעלט מר. פריידיגער, כמעט אלע זענען די זעלבע יחסנים ווי ער, אייניקלעך פונעם הייליג'ן 'חתם סופר'? מר פריידיגער האט מסכים געווען און געזאגט אז ער גייט שוין ברענגען די מנורה. האט אים מרן זי"ע געזאגט: "ניין, ניין, איך קען נישט נעמען קיין אחריות אויף דעם, איך וועל שוין שיקן א שליח ערב סוכות צו נעמען פון אייך די מנורה." האט מר פריידיגער געענטפערט: דער רבי זאל נישט שיקן צו מיר, איך וועל אליין ברענגען די מנורה ערב סוכות, און מוצאי יום טוב וועל איך דאס קומען אפנעמען. שפעטער האט מען שוין פארשטאנען פארוואס מרן זי"ע האט פונקט אפגעשטעלט מר פריידיגער. ווייל ער האט געהאט בירושה א מנורה פונעם הייליג'ן 'חתם סופר' און דעריבער האט מרן זי"ע ביי אים געבעהטן די מנורה. (מפי הרה"ח ר' יעקב אלי' זינגער הי"ו)• די הייליגע לעכטיגקייט פון די אושפיזין בסכת תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסכת... (ויקרא כג:מב)
ס'איז באקאנט אז די אבות פון די וועלט זענען די אושפיזין וואס קומען אין די סוכה, און זיי קומען אנגעקליידעט אין די סוכה, אזוי ווי ס'איז מבואר אין די ספרים הקדושים. און דערבער גרייט מען זיי צו א פלאץ אין די סוכה אבער דער עיקר איז זייער הייליגע ליכטיגקייט פון זייער עבודה און זייערע מדות וואס באלייכטן די סוכה, און דאס איז דער באדייט, וואס ס'שטייט אז יעדער איד דארף זאגן "מתי יגיעי למעשי אבות. ("דברי חיים" דרוש לסוכות-מובא בעלים לתרופה)• אווירא דארץ ישראל אין די סוכה
דער ענין פון די פיהר ווענט, סכך, און די ערד פון די סוכה איז, אז דער באשעפער נעמט אונז ארום פון אלע זייטן מיט א קדושה פון די הייליגקייט פונעם בית המקדש, און די לופט אין די סוכה איז אזוי ווי אוירא דארץ ישראל-לופט פון ארץ ישראל. (כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)• די סוכה- א דורכגאנג צו די וואכן-טעג
דער באשעפער האט געגעבן דעם יום טוב סוכות נאך די ימים נוראים, כדי מ'זאל קענען ארויסגיין פון אזא הייליגע ארבעט פון די ימי הרחמים והרצון צו די וואכעדיגע טעג, און דורכ'ן זיצן אין די סוכה שיצן מיר זיך אין איר, ביז מיר געוואוינען זיך צו די לופט פון די וועלט. (ה"שרף" מסטרעליסק זי"ע)• "סוכות" מלא און חסר
דאס ווארט "סוכה" האט דריי טייטשן: א) "הערן"-פון לשון "הסכת ושמע ישראל (דברים כז:ט). ב) "זעהן", פון לשון יסכה-שסוכה ברוח הקודש"-ער האט געזעהן מיט רוח הקודש. (מגילה יד.) ג) כפשוטו, "צוגעדעקט"-סכך. דערפאר שטייט אין די תורה צוויי מאהל סכו"ת חסר אן א וא"ו, א רמז אז די ראיה-זעהן, און די שמועה-הערן, דארף דער מענטש דערויף ארבעטן, ווייל פון זיך אליין אָן סייעתא דשמיא קען ער גארנישט טוען. אבער אויב ער טוהט זיינע פעולות, וועט אים דער באשעפער העלפן און באשיצן. דערפאר שטייט דער דריטער "סוכות"• פסח און סוכות, זכר אויף יציאת מצרים
די ספרים הק' פרעגן פארוואס זענען באשטימט געווארן צוויי באזונדערע ימים טובים פסח און סוכות, ווען ביידע ימים טובים זענען א זכר אויף יציאת מצרים? נאר ס'קען זיין אז פסח איז בלויז א זכר אויף דעם אז דער באשעפער