הרה"ק רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע איז געווען זייער ארעם. זיין הויז איז געשטאנען אין שכנות פון להבדיל א קלויסטער, און יעדעס יאהר ביים בויען די סוכה האט דער צדיק שטארק אכטונג געגעבן אז די סוכה זאל נישט שטיין אין שאטן פונעם קלויסטער. אמאהל, פאר סוכות, האט זיך געמאכט אז רבי מיכל'ע האט געמוזט אוועקפארן פונדערהיים, און זיינע הייליגע זוהן האבן אויפגעשטעלט די סוכה. ווען רבי מיכל'ע איז אהיימגעקומען און געזעהן אז די סוכה שטייט אין שאטן פונעם קלויסטער, האט דאס אים זייער וויי געטוען, אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט דאס צו רוקן.
סוכות ביינאכט, ווען די רעבעצין הצדיקת רעכל ע"ה, איז געקומען הערן קידוש, איז זי געשטאנען ביי די טיר פון די סוכה און גענומען ביטערליך וויינען. רבי מיכל'ע האט זיך זייער געוואונדערט דערויף, און געזאגט אז ער וועט נישט מאכן קידוש ביז זי וועט זאגן פארוואס זי האט זיך צעוויינט. נאך פיהל בקשות, האט די רעבעצין געזאגט די מורא'דיגע ווערטער: "דו ווייסט דאך, מיין הייליגער מאן, אז א גאנץ יאר פלאג איך זיך אין ארימקייט, אבער ווען ס'קומט סוכות און איך קום הערן קידוש, זעה איך די שבעה רועים, און דאס גיט מיר חיות אויף א גאנץ יאהר. היינט, אבער, זעה איך נישט די הייליגע אושפיזין, און איך האב מורא אז איך האב עפעס געזונדיגט!" דער רבי מיכל'ע האט איר בארואיגט אז זי איז גארנישט שולדיג דערין, נאר וויבאלד די סוכה איז אין שאטן פונעם קלויסטער קענען די געטליכע אושפיזין נישט קומען.