גאט'ס נאמען
בשפתי צדיקים ווערט דער טאג ממחרת יום הכיפורים אנגערופן "גאט'ס נאמען". און ס'איז דא דערויף פארשידענע טעמים. בפשטות האט דער הייליגער בעש"ט זי"ע געזאגט: ווייל אין דעם טאג הערט מען אויף צו זאגן המלך הקדוש און מ'הייבט ווידער אהן דערמאנען דעם באשעפער'ס נאמען "הא-ל הקדוש".
דער בילגורייא רב זי"ע ברענגט אין די כתבים צוויי טעמים וואס דער טאטע ז"ל מרן מהרי"ד זי"ע האט געזאגט:
א) ווייל ממחרת יום הכיפורים האבן אידישע קינדער אנגעהויבן געבן פאר תרומת המשכן, אויף וואס דער באשעפער האט געזאגט "ויקחו לי תרומה-לי לשמי".
ב) ס'שטייט אין תלמוד ירושלמי (יומא פ"ג ה"ז) אז באלד ווי דער כהן גדול האט דערמאנט יום כיפור דעם שם המפורש איז דער שם הקדוש פארשוואונדן און פארגעסן געווארן פון אידישע קינדער, האבן זיי געבעהטן אז דער רושם הקדושה פונעם שם הקדוש זאל כאטש בלייבן איינגעקריצט אין זיי און באשטימט אין זייער הארץ, דעריבער ווערט דער טאג פון מחרת יום הכיפורים גערופן: גאט'ס נאמען" מרמז צו זיין אויף דעם ענין.
קדושת הימים
ס'איז באקאנט אז מרן מהרי"ד זי"ע האט געבויעט א נייע מקוה אין די שטאט בעלזא, וואס איז געווען אויסגעשטאט מיט א גאר שיינקייט. אבער מרן זי"ע אליין פלעגט זיך ווייטער טובל'ן אין די אלטע מעיין מקוה וואס כ"ק מרן מהר"ש זי"ע האט געבועט און אזוי האבן זיך געפיהרט אסאך חסידים. אויסער פיהר טעג אין יאהר די געהויבענע טעג וואס איז צווישן יום כיפור און סוכות דעמאלט האטט זיך מרן מהרי"ד זי"ע גע'טובל'ט אין די נייע מקוה, זאגענדיג אז אין די טעג - "איז מען דאך ריין פון עוונות" ווייל אויפ'ן ערשטן טאג סוכות שטייט אין מדרש (תנחומא פ' אמור סי' ל) אז ס'איז ראשון לחשבון עוונות. (מועדי קדשיך עמוד יט)