געזעהן די אושפיזין אין זיין סוכה
הרה"ק רבי הערש'לע מליסקא זי"ע איז געווען א גרויסער ארימאן, איידער ער איז געווארן רב אין די שטאט ליסקא. אמאהל פאר סוכות האט ער נישט געהאט געלט צו קויפן סכך צו באדעקן זיין סוכה, איז ער געגאנגען קיין אוהעל און דארט פארשאפט מחצלאות פאר סכך. ער האט אבער אויך נישט געהאט געלט צו דינגען איינעם אהיים צו פיהרן די סכך, האט ער דעריבער אליין געטראגן די סכך און געגאנגען צופוס דעם ווייטן וועג צווישן אוהעל און ליסקא. מערערע מאהל האט ער זיך געדארפט אפשטעלן אינמיטן וועג צוליעב א שוואכקייט וואס האט אים אנגעכאפט, און ער איז געגאנגען אהין און צוריק ביז ער האט אהיים געברענגט דעם גאנצן סכך, און אזוי איז ער אנגעקומען קיין ליסקא און באדעקט זיין סוכה, ער האט שפעטער געזאגט בל"ק: "ס'האט זיך געלוינט, ווייל ער האט געזעהן די הייליגע אושפיזין אין זיין סוכה".
"א שיינע אושפיזא האט איר געהאט..."
דער צדיק נסתר רבי הערש'לע פון גידזל זי"ע, א תלמיד פון הייליגן לובלינער זי"ע, פלעגט יעדעס יאהר רופן א גאסט אין זיין סוכה. איין יאהר ס'איז שוין געווארן ערב יום טוב, און ער האט נאך נישט קיין גאסט אויף יום טוב. ער האט געהאט גרויס צער דערפון, און ער איז ארויס צוזאמען מיט זיין רעבעצין אויף די הויפט גאס זוכן א גאסט. זי האט געקוקט אויף איין זייט און ער אויף די אנדערע זייט, אפשר וועלן זיי באמערקן א גאסט. אזוי זענען זיי געשטאנען עטליכע שעה, ביז פארנאכטס ווען האבן זיי באמערקט אן אלטן איד מיט א זאק אויף זיין פלייצע, קומט אין זייער ריכטונג. זענען זיי צוגעלאפן צו אים און געפרעגט צי ער וויל זיין זייער גאסט אין די סוכה. ער האט זיך צוערשט ארויסגעדרייט, זאגנדיג אז ער מוז אנקומען אין די שכנות'דיגע שטעטל. האבן זיי אים שטארק געבעהטן געווען ער זאל קומען צו זיי, ביז ווען ער האט באוויליגט בלויז צו גיין עפעס טועם זיין, ווייל ער מוז גיין צו די שכנות'דיגע שטעטל צוזאמנעמען געלט, ווען די פרוי פון רבי הערש'לע האט דאס געהערט, האט זי געזאגט צו איר מאן: "לאמיר אים אויך געבן געלט, ער זאל באשטיין צו בלייבן ביי אונז גאנץ יום טוב. און אויב ער וועט אונז נישט גלייבן, וועל איך אים געבן א משכון מיין שטערן-טיכל וואס איז ווערד אסאך געלט. ענדליך האט דער אלטער מסכים געווען צו בלייבן ביי זיי, אבער מוצאי יום טוב איז דער אלטער איד פארשוואונדן געווארן, איבערלאזנדיג נאך זיך דעם משכון. מיט א צייט שפעטער, ווען רבי הערש'לע איז געפאהרן צו זיין רבי קיין לובלין, האט אים דער רבי געזאגט: ר' הערש'לע, ר' הערש'לע, פארוואס האט איר אזוי שטארק מפציר געווען, און מטריח געווען אליהו הנביא, ער זאל זיין ביי אייך גאנץ יום טוב... א שיינע אושפיזא האט איר געהאט..."