Skip to content
מיין יו"ט אוצר

עני המהפך בחררה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אגב האט דערציילט הרה"ח ר' מאיר שטיין ז"ל, וועגן דאס קויפן אן אתרוג פאר הרה"ק מראצפערט זצ"ל: ווען דער אתרוג סוחר איז געקומען קיין בודאפעסט, מיט זיינע עטליכע אתרוגים, האט ער באשלאסן אז דער שענסטער אתרוג וועט ער פארקויפן פאר הרה"ק רבי שלו' אליעזר'ל פון ראצפערט. ווען הרה"ק מראצפערט, האט דאס געהערט איז ער געפאהרן קיין בודאפעסט כדי צו קויפן דעם אתרוג, אבער ווען ער איז אנגעקומען אהין, האט דער סוחר געבעהטן נישט ווייניגער ווי צוועלף טויזנט רייניש טבין ותקילין. רופט זיך אהן הרה"ק מראצפרט צו אים: "יעך געב נישט מער ווי צעהן טויזנט רייניש!" אבער דער סוחר האט זיך נישט דערשראקן און זיך געהאלטן פעסט מיט די פרייז. זעהענדיג דאס האט הרה"ק מראצפערד באלד פארלאזט דאס פלאץ. באלד דערנאך זענען אריינגעקומען עטליכע בעלזער חסידים צום סוחר און אים געפרעגט וויפיהל ער בעהט פאר'ן אתרוג? האט ער זיי געענטפערט צוועלף טויזנט רייניש. האבן די חסידים גלייך באצאהלט די צוועלף טויזנט רייניש און געקויפט דעם אתרוג פאר כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע. ווען הרה"ק מראצפערט, האט דאס געזעהן האט ער גלייך געשיקט צוויי שליחים (איינער פון זיי החסיד ר' דוד יהושע גראס ז"ל) צו כ"ק מרן זי"ע, און זיי געהייסן זאגן פאר מרן זי"ע, אז ס'האט א דין ווי א 'עני המהפך בחררה ובא אחר ונטלו' (עי' שו"ע חו"מ סי' רלז ס"א). אזוי ווי די שליחים פון הרה"ק מראצפערט זענען נאר אריין געקומען אין צימער פון מרן זי"ע, און נאך איידער זיי האבן עפעס געקענט זאגן, האט מרן זי"ע גלייך גענומען דעם אתרוג און דאס געגעבן פאר די שליחים פון הרה"ק מראצפערט, אהן זאגן א ווארט. ויהי לפלא. (ספר "שיח זקנים" ח"ה עמ' שג)

More in this printout

View the whole printout