ביים 'חוזה', און דער 'חוזה' האט אים געגעבן שלום, כאילו קיין זאך וואלט נישט פאסיהרט. אזוי איז דער יו"ט פאריבער אין א געהויבענע שטימונג. נאך יו"ט, האט דער חסיד זיך געוואגט און געפרעגט דעם 'חוזה' פארוואס ערב יום טוב האט ער אים אהים געשיקט, און דערנאך האט ער אים געלאזט בלייבן. האט דער 'חוזה' אים געענטפערט: "וויסן זאלסטו, אז ווען דו ביזט געקומען דא צום ערשטן מאהל, האב איך געזעהן אויף דיר אז ס'איז נגזר געווארן אז דו זאלסט ל"ע שטארבן דעם יו"ט, האב איך דעריבער געוואלט אז דו זאלסט זיין אינדערהיים אין דיינע לעצטע טעג. "אבער" האט ער אויסגעפיהרט, "וואס די חסידים מיט זייער שמחה האבן אויסגע'פועל'ט אז די גזירה זאל בטל ווערן, דאס האב איך אליין נישט געקענט!" האט דער סקולענער רבי אויסגעפיהרט: "דורכדעם וואס מ'טאנצט און מ'פריידט זיך שמחת תורה, האט מען אזא כח אויסצו'פועל'ן אלעס גוטס, אפילו דאס וואס מ'האט נישט געקענט אויס'פועל'ן ראש השנה און יום כיפור!"
א פרייליכן יום טוב, גוט יום טוב.