Skip to content
מיין יו"ט אוצר

די קדושה פון די סוכה ברעטער...

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

במשך זעקס יאהר איז מרן מהר"א זי"ע איינגעשטאנען אין די זומער חדשים, אין די דירה פון הרה"ח רבי יעקב שור ז"ל, אין די קטמון געגנט פון ירושלים. אלן יאהרן פלעגן זיי בויען א גרויסע 'שאטער' לעבן זייער וואוינונג, וואו מרן זי"ע האט געפיהרט די הייליגע טישן. און אויף סוכות האט מען גענוצט א טייל פון די 'שאטער' אלס א סוכה. נאך יום טוב האט מען צענומען די שאטע און באהאלטן די האלצענען ווענט פון די סוכה אינעם 'מחסן' פון משפחת שור ביז'ן קומענדיגן יאהר. איין יאהר, אין די ווינטער טעג, איז געקומען א טעלעפאן רוף צו די שור פאמיליע אין ירושלים, ווען איינער פון די משמשים בקודש אין שטוב פון מרן זי"ע האט גערופן אין שליחות פון מרן זי"ע און געפרעגט: "וואָס טוהט זיך מיט די סוכה?" האט משפחת שור געענטפערט: אַז גלייך נאָך די ימים הנוראים ווען מרן זי"ע איז צוריק געפאהרן קיין תל־אביב, האבן זיי צענומען די סוכה און באהאלטן די ווענט אין א 'מחסן'. ס'גייט נישט אהן א הייליג ברעט פון די סוכה. מ'האט באלד פארטריבן דעם הונט, און אדורך עטליכע מינוט און דער משמש בקודש רופט ווידער און פרעגט געמאכט זיכער אז ס'זאל מער נישט קענען געשעהן, און דער משמש האט נאכאמאהל "וואָס טוהט זיך מיט די סוכה?" האט זיך די משפחה פארבונדן מער נישט גערופן. (מועדי קדשיך עמוד שפ"ב)

More in this printout

View the whole printout