Skip to content
מיין יו"ט אוצר

אין עין הרע שולטות בהם (ברכות נה:)

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הגה"צ רבי משה ניישלאס ז"ל אב"ד סערדעהעלי, שפעטער אב"ד שיכון סקווירא ארה"ב. האט דערציילט אז ווען ער איז געווען אין שנת תרצ"ט, ירח האיתנים אין בעלזא בצל קדשו פון כ"ק מרן מהר"א זי"ע, האט ער נישט געהאט קיין [רעגירונג] ערלויבעניש צו בלייבן אין בעלזא נאר ביז אינמיטן די עשרת ימי תשובה. האבן אים די "יושבים" געראהטן אז אויב ער איז שוין געקומען אויף ראש השנה, איז א שאד ער זאל צוריק אהיים פאהרן פאר יום כיפור, און ער איז געבליבן אויף יום כיפור. דערנאך האבן אים די "יושבים" געראהטן ער זאלן שוין בלייבן אין בעלזא ביז נאך סוכות. נאך יום טוב, איז רבי משה צוגעגאנגען צו הרה"ק רבי משה'לע זצ"ל הי"ד, דער עלסטער זוהן פון מרן זי"ע, און אויסגעדריקט זיין זארג אז ער געפונט זיך דא אהן אן ערלויבעניש, און אז אויפ'ן וועג צוריק אהיים קען מען ארעסטירן, און אין יענע טעג, ווען די ווינטן פון מלחמה האבן שוין געבלאזן איבער אייראפע, איז דאס געווען א גאר געפעהרליכע זאך. האט אים רבי משה'לע פארגעשלאגן אז ער זאל גיין צו זיין מאמע, די צדיקת רעבעצין מלכה, וואס מ'זאגט אז זי איז 'א קלוגע פרוי,' און זי וועט אים געבן א גוטע עצה. האט זיך רבי משה געוואנדן צו די רעבעצין מלכה. האט זי אים געזאגט אז ער זאל קומען מארגן נאכמיטאג אין שטוב פון מרן זי"ע, ווען ער טרינקט מעד מיט זיין משפחה, ווי ער פלעגט זיך פיהרן יעדן 'אסרו חג', און דעמאלט איז א גוטע צייט זיך מזכיר צו זיין לטובה. די רעבעצין האט אים אנגעזאגט אז אין די באשטימטע צייט זאל ער שטיין ביי די טיהר, און זי וועט אים אריינלאזן אל הקודש פנימה. און אזוי איז טאקע געווען. ווען מרן זי"ע האט געזעהן רבי משה, האט ער געפרעגט: "וואס וויל משה בן לאה?" האט רבי משה דערציילט זיין זארג און געבעהטן א ברכה. מרן זי"ע האט אים אהנגעגאסן א גלעזל 'מעד' און געגעבן צו טרינקען, און אים געוואונטשן: "לחיים, דער אייבערשטער זאל העלפן אז א שלעכט אויג זאל נישט שולט זיין". און אזוי איז טאקע געווען.דעם גאנצן וועג אהיים, ווען די פאליציי האט פון אים פארלאנגט די נויטיגע ערלויבעניש, האט ער זיי געוויזן די ערלויבעניש, וואס איז שוין געהאט אפגעלאפן מער פון צוויי וואכן, און זיי האבן אים גארנישט געזאגט און געפרעגט און אזוי איז ער בשלום אהיים געקומען. (מועדי קדשיך עמוד שפ"א)

More in this printout

View the whole printout