אין די הקדמה פון ספר "עמודי אש" לבית יוסף, ווערט געברענגט א אינטערעסאנטע מעשה וואס האט פאסירט אין די תקופה פונעם הייליגער "חוזה" פון לובלין זי"ע. ס'איז געווען איין יאהר אונטער מלחמה אומשטענדן, א שווערע מצב און די אתרוגים סוחרים האבן נישט געקענט אריינברענגן קיין פוילן אתרוגים און ס'האט געהערשט א מאנגל אין אתרוגים. די פרייזן זענען געשטיגן אזוי הויעך, אז פאר א פשוטער אתרוג האבן די סוחרים פארלאנגט הונדערט רובל טבין ותקילין. די גדולי ישראל אין פוילן האבן געמאכט אן אסיפה, און באשלאסן און גוזר געווען אז יעדער קהלה מעג קויפן בלויז איין אתרוג פון קהל'ס קאַסע. די תקנה האט געשלאגן ווארצלן אין אלע קהלות, און במשך די עשרת ימי תשובה האט מען אין יעדער שטאט געקויפט נאר איין אתרוג און דאס איבערגעגעבן פאר'ן רב. ס'איז באשטימט געווארן א סדר אז פריער וועט דער רב בענטשן אויפ'ן אתרוג, דערנאך די ראשי הקהלה, און דערנאך דער גאנצער קהל. ביי הלל וועט נאר דער שליח ציבור און דער רב מאכן די נענועים, און אויסער זיי קיינער נישט, כדי דער אתרוג זאל זיך האלטן.
דער "חוזה" פון לובלין זי"ע האט אבער פארמאגט אן אייגענעם אתרוג וואס א חסיד האט אים געשיקט פון דייטשלאנד, נאך איידער די תקנה פון די גדולי הדור איז ארויסגעקומען. ווי נאר דער רב פון די שטאט לובלין הגאון רבי עזריאל הורוויץ, דער אייזערנער קאפ, האט זיך ערב יום כיפור דערוואוסט דערפון, האט ער געשיקט זאגן פארן "חוזה" פון לובלין אז אלס רב פון שטאט אסר'ט ער אים, זיך צו באנוצן מיט זיין אייגענעם אתרוג, צוליעב די תקנה.
פארשטייט זיך אז דער הייליגער "חוזה" האט געהאט גרויס צער דערפון, אז ער האט זיך נישט געקענט צוזאמקלויבן צוצוגיין צו די סעודה פון ערב יום כיפור צוליעב'ן עגמת נפש פונעם אתרוג. ס'איז דעמאלט אנוועזנד געווען הגאון רבי יוסף ליכטאג פון זבארוב, באקאנט אלס "רבי יוסל'ע חריף", פון די חשוב'ע תלמידים פונעם "חוזה" פון לובלין זי"ע, און רבי יוסל'ע האט זיך אנגערופן אז דער רבי זאל זיך נישט זארגן, ער וועט ערלעידיגן די זאך מיט'ן רב פון שטאט. רבי יוסל'ע האט זיך געאיילט צום אייזערנער קאפ, און אים געזאגט אז דער רב האט פארזעהן א בפירוש'ע סוגיא אין די גמרא (חולין יז.) ווי די גמרא דערציילט אז די אידן אין מדבר האבן נישט געדארפט שחט'ן זייערע בהמות, מ'האט בלויז געמאכט 'נחירה' וואס דאס איז א ספעציעלע וועג וויאזוי מ'שניידט אויף די בהמה. און נאר ווען מ'איז אריינגעקומען קיין ארץ ישראל זענען זיי געווארן מחוייב צו שחט'ן מיט א כשר'ע שחיטה ווי די תורה הייסט. האט רבי ירמיה אן איבעיא, וואס איז מיט די מענטשן וואס האבן נאך ביי זיך פלייש פון מדבר וואס מ'האט נישט גע'שחט'ן, און ברענגען דאס פלייש קיין ארץ ישראל, צו מעגן דאס עסן אין ארץ ישראל (וויבאלד די פלייש איז געמאכט מיט נחירה וואס מ'האט נאר געמעגט אין מדבר) אדער די אמאליגע פלייש ווערט אסור צו עסן איינמאהל מ'קומט אריין אין ארץ ישראל. דער רא
ש אויפן פלאץ (סימן כ"ג) פרעגט וואס איז אונז א נפקא מינא די איבעיא פון רבי ירמיה וואס האט נאר געקענט פאסירן ווען מ'איז אריין קיין ארץ ישראל, און איז היינט שוין נישט נוגע למעשה, און פארוואס ברענגט דאס די גמרא? זאגט דער רא"ש אז ס'קען זיין נוגע אויך אין די שפעטערדיגע דורות, אויב ס'וועט אמאהל קומען א בית דין און איינפיהרן א געוויסער איסור אויף א מאכל, קען אבער זיין אז די מענטשן וואס האבן דאס שוין געהאט אין זייער באזיץ איידער די חכמים האבן מתקן געווען זייער תקנה, זיי וועלן נאך ווייטער מעגן עסן פון דאס וואס זיי האבן שוין געהאט ביי זיך בשעת ס'איז נאך געווען מותר. און מיט די ווערטער פונעם רא"ש האט רבי יוסל'ע חריף זיך מפלפל געווען מיט'ן אייזערענע קאפ, ביז ער האט מודה געווען אז מ'קען טאקע נישט אסר'ן דעם רבי'ן פון נוצן זיין אתרוג וואס ער האט שוין געהאט פון פריער. ווי נאר רבי יוסל'ע האט זיך צוריק געקעהרט צום רבי'ן אין שטוב, האט זיך דער "חוזה" זייער געפריידט צו אים און אויסגערופן "יוסף בן לייצא, דו האסט אונז דערלייכט די אויגן"! און מ'האט זיך געזעצט צו די סעודה פון ערב יום כיפור מיט גרויס פרייד. פון דעמאלט האט רבי יוסל'ע געהאט גרויס חשיבות ביים רבי'ן פון לובלין, און פלעגט שטענדיג זיצן פון די ערשטע ביי זיין טיש.
***