Skip to content
מיין יו"ט אוצר

הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"ח רבי חיים נטע כ"ץ ז"ל האט עטליכע יאהר נאך זיין חתונה נאכנישט געהאט קיין קינדער, און ער פלעגט זיך שטענדיג מזכיר זיין ביי כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע, פאר א ברכה. איינמאל אין די עשרת ימי תשובה ווען ער איז אריינגעגאנגען מיט א קוויטל האט ער געזאגט פאר מרן זי"ע אז ער גיט א פדיון נפש די סומע פון ב"ן וואס באטרעפט (צוויי און פופציג), און דערווייל גיט ער אן איינגאבע און ער וועט אי"ה אויסצאהלן די רעשט. האט אים מרן זי"ע געענטפערט "דו ביזט מיר באגלייבט". מרן זי"ע האט ביי אים גענומען די געלט און אים ווארעם געוואונטשן. דערנאך האט אים מרן זי"ע געזאגט: "ביי מיר ארבעט מען יעצט אין די סוכה, נעם א לאמטערנע און גיי באלייכט זיי. טרייב זיי צו מ'זאל ענדיגן. פאר א יאהר איז שוין געווען ערב סוכות אידן זענען שוין געגאנגען אין שוהל אריין דאווענען, און ביי מיר אין די סוכה האט מען נאך געארבעט איך האב מיך זייער געשעהמט."

איז רבי חיים נטע געגאנגען מיט א לאמטערנע אין די סוכה, האט ער דארט געטראפן כ"ק מרן מהר"א זי"ע, און ער האט אים אלעס פארציילט, זאגנ'דיג אז ער פארשטייט נישט דעם באדייט פון די גאנצע זאך מיט די לאמטערנע. האט אים מרן זי"ע געהייסן ער זאל אים גענוי איבערזאגן די ווערטער פונעם טאט'ן—געהייסן זאלסט באלייכטן די סוכה מיט ליכט. איבער א יאהר ערב סוכות איז ביי אים געבוירן געווארן זיין זוהן ר' בערל ע"ה.

More in this printout

View the whole printout