Skip to content
מיין יו"ט אוצר

הייליגע געדאנקען מיט גרויס דביקות אינמיטן זיין עבודת הקודש

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

בנו הגדול כ"ק מרן מהר"א זי"ע וואס איז געשטאנען אין א ווינקעל פונעם צימער, אונטער אלע אנוועזענדע האט באמערקט וואס דא פאסירט וברוח קדשו געשפיהרט אז זיין הייליגער פאטער, קען אנקומען צו כלות הנפש פון רוב דביקות.

האט מרן מהר"א זי"ע שנעל געמאכט א וועג צום טאט'ן, בעהטנ'דיג פון די ארומיגע "לאזט מיך אדורך, לאזט מיך אדורך". ווען ער איז אנגעקומען צום טאט'ן האט ער געגעבן א כאפ אהן זיין בעקיטשע, און אויסגערופן מיט ציטער: "טאטע, טאטע!" ביז מרן מהרי"ד זי"ע האט זיך אויפגעכאפט פון זיין דביקות און געזאגט "יא, יא!". שפעטער האט מרן זי"ע שטארק מכיר טובה געווען פאר זיין זוהן מרן מהר"א זי"ע, וואס ער האט אים אויפגעוועקט פונעם דביקות.

"קיינעס" פאר סכך

די סוכה פון מרן מהר"א זי"ע האט מען באדעקט מיט סכך פון "קיינעס". די קיינעס האבן געשניטן א גערופע בחורים מתלמידי ישיבתנו הק', וואס זענען ספעציעל געפאהרן עשרת ימי תשובה צום מושב "יסודות", ווי זיי האבן געשניטן די סכך פאר די סוכה פון מרן זי"ע.

מרן זי"ע האט שטארק מחשיב די בחורים וואס זענען געפאהרן קיין "יסודות" שניידן סכך פאר זיין סוכה. און איידער זיי זענען געפאהרן אין וועג מיטאג צייט, זענען זיי אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה זיך געזעגענען. מרן זי"ע האט זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן נישט נעמען קיינעס וואס וואקסן אויף זיי "בעזעמליך",—כלשון קדשו: "נישט מיט די בעזעמלעך". (ווייל פון אזעלכע 'קיינעס' פאלן אראפ שטיקלעך בלעטלעך און ס'איז דא א חשש פון פסול, און אזוי ווי ס'ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע או"ח סי' תרכ"ט סי"ד). הרה"ח ר' בן ציון אוסטערליץ ז"ל וואס איז געווען צווישן די בחורים דערציילט אז מרן זי"ע האט יעדן בחור אנגעזאגט באזונדער "ברענג מיר כשר'ע סכך אבער נישט קיין בעזעמלעך".

דערנאך זענען די בחורים געפאהרן קיין "יסודות", ווי זיי זענען אנגעקומען פארנאכט. דארט האבן זיי געדאוונט מנחה ומעריב. און זענען געגאנגען צום שטוב פון הרה"ח ר' יוסף גליק ז"ל, ווי זיי האבן געגעסן נאכט מאהל און דארט איבערגענעכטיגט. אינדערפרי האבן זיי געדאוונט בהשכמה און נאכ'ן עסן פרישטאג זענען זיי געגאנגען שניידן די "קיינעס" וואס איז דארט געוואקסן בשפע, און א גאנצן טאג האבן זיך די בחורים געפארעט מיט די גרויסע מצוה און ערשט ביינאכט זענען זיי צוריק געפאהרן קיין ירושלים.

הרה"ח ר' יוסף גליק ז"ל האט דערציילט אן אינטערסאנטע זאך: דאס ערשטע מאהל וואס די בחורים זענען געקומען קיין יסודות שניידן סכך פאר די סוכה פון מרן זי"ע, (בערך אין יאהר תש"י) האבן די בחורים אים נאכגעזאגט בשם מרן זי"ע, אז דער טעם פארוואס ער וויל דוקא באדעקן די סוכה מיט "קיינעס" און נישט מיט בלעטער פון אנדערע ביימער. ווייל די גמרא (כתובות קיב:) זאגט: "עתידין כל אילני סרק שבארץ ישראל שיטענו פירות",—ווען משיח וועט קומען וועלן אלע ליידיגע ביימער ארויסגעבן פירות, דעריבער וויל ער נישט נעמען בלעטער פון די ביימער. (מרשימות הרה"ח ר' ברוך ווינד שליט"א)

ס'איז מערקווירדיג אז אין יאהר תש"ה ווען מרן זי"ע איז געווען אויף די הייליגע טעג אין די שטאט צפת, האט מען באדעקט זיין סוכה מיט הדסים, וואס זענען געוואקסן בשפע אין עיה"ק צפת.

More in this printout

View the whole printout