Skip to content
מטעמים - אידיש

לפום צערא

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

איך האב אמאל געהאט די געלעגנהייט ארומצוגיין מיט רבי יענקעלע גאלינסקי ז"ל קאלעקטן צדקה.

מ'איז אנגעקומען צו א טיר פון אן עושר, שטייט דארט א צעטל מיט די זמנים, מ'קען נאר קומען פון איין שבת מברכים ביז'ן מולד... יעצט איז נישט דער זמן.

אבער רבי יענקעלע קלאפט, נישט סתם, נאר 'בום בום', ער זעצט און זעצט. כ'האב געזאגט פאר רבי יענקעלע "ס'איז א שאד צו קלאפן, ער נעמט נישט אויף יעצט". זאגט ער מיר "לערן דיר נישט אויס מיין ביזנעס"...

די טיר עפנט זיך און א קליין יונגעלע שטייט דארט, ער זאגט "מיין טאטע איז נישט אינדערהיים". זאגט אים רבי יענקעלע "פרעג דיין טאטע נאכאמאל צי ער איז אינדערהיים אדער נישט"... דאס יונגעלע קומט צוריק "מיין טאטע זאגט אז ער איז נישט אינדערהיים"...

האט רבי יענקעלע אריינגעשטעקט זיין קאפ און געזאגט: "בעריש בעריש, אויב ווען איר זענט אינדערהיים, זענט איר נישט אינדערהיים, וואס וועט זיין ווען ס'וועט קומען די צייט ווען איר וועט טאקע נישט זיין אינדערהיים?"

און ר' בעריש איז אנגעקומען!... א נס, מסתמא דורכ'ן פענסטער...

מ'האט זיך אנגעהויבן ארומ'טענה'ן. "דו קאלעקסט פאר א כולל? די היינטיגע כולל-יונגעלייט טוען גארנישט, זיי קענען ניטאמאל די עשרת הדברות".

האט אים רבי יענקעלע געזאגט "איך זע אז צוויי פון די עשרת הדברות קענט איר, 'אנכי' און 'לא יהיה לך'...".

זיי האבן זיך ארומ'הרג'עט איינער דעם אנדערן, און צום סוף האט דער עושר געגעבן א טשעק פון 5 טויזנט דאלאר.

האט מיר רבי יענקעלע געזאגט "כ'וויל דיר עפעס זאגן, ווען מ'זאגט 'ראש ישיבה, פליז קאם אין, זעצט אייך', אזוי דארף מען צו טון, אבער דעמאלט ווייס איך אז כ'באקום 36 דאלאר... איך דארף האבן מ'זאל מיך צערייסן אויף שטיק-שטיקער, דעמאלט ווייס איך אז כ'בין מצליח".

האט ער מיר דערציילט אז ער האט אמאל געהאט די זעלבע זאך אין פייוו-טאונס, ער האט געקלינגען די בעל. האט מען אים געזאגט "ס'איז אינמיטן א שבע ברכות, איר קענט נישט אריינקומען יעצט".

האט ער געפרעגט "אפשר קען איך זאגן אפאר ווערטער ביי די שבע ברכות?" זאגט מען אים "יא, נאו פראבלעם, ווארט אינדרויסן". ער האט געווארט אין בעק פון די הויז, מ'האט אים נישט געזאגט אז ס'איז דא דארט א סווימינג-פול, ס'איז געווען טונקל, און נעבעך, ער איז אריינגעפאלן...

זיי האבן געהאט אן אלארעם וואס פייפט ווען איינער פאלט אריין, דער עולם איז ארויסגעלאפן.

More in this printout

View the whole printout