הרה"ג רבי צבי הירש הכהן זצ"ל אבד"ק דערעטשקע וואס האט זיך מסתופף געווען בצל קדשו פון מרן מהרי"ד זי"ע אין ראצפערד שרייבט אין זיין ספר "ליקוטי צבי" אזוי: איך האב געהערט דערציילן פון כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע אז סוכות פון שנת תרע"ה בשעת די ערשטע וועלט מלחמה, ווען מרן זי"ע האט געוואוינט אין גלות ראצפערד, פלעגט ער בכבודו ובעצמו אלין דעקן די סוכה מיט סכך, ומצוה בו יותר מבשלוחו...און ווען מ'האט געענדיגט ערב סוכות די סוכה האט די רעבעצין ע"ה געזאגט פאר מרן זי"ע "לשנה הבאה בירושלים". האט איר מרן זי"ע גענטפערט: "לשנה הבאה אין בעלזא ביי אונז אינדערהיים, און אלע אידן אין גלות זאלן צוריק קומען בשלום צו זייערע הייזער און פאר אידישע קינדער זאל זיין לעכטיג אין זייער הייזער, דערנאך וועלן מיר מתפלל זיין "לשנה הבאה נעלה לציון ברינה". און מרן זי"ע האט ערקלעהרט: "למען אחי ורעי", פאר אחינו בני ישראל וואס זענען אין בצרה ובשביה, "אדברה נא שלום", וועל איך דאווענען צום באפעשער ס'זאל זאל תיכף זיין שלום אויף די וועלט, און נאר ווען ס'וועט זיין גוט פאר אידן וועלן מיר מתפלל זיין "למען בית ה' אבקשה טוב לך", פאר'ן בית המקדש און ירושלים אז ס'זאל זיין נכון ונשא בראש הרים במהרה דידן. עכ"ל.
ס'איז מערקווירדיג אז ביי די ערשטע וועלט מלחמה פלעגט מרן מהרי"ד זי"ע כסדר דערמאנען דעם ענין וואס רבוה"ק זי"ע פלעגן כסדר זאגן אז משיח וועט קומען נאר מתוך חסדים ורחמים און נישט מתוך צרה ומלחמה ח"ו און ווען מרן זי"ע פלעגט הערן ווי איינער דערמאנט ביאת המשיח, אז משיח קומט שוין האט ער יענעם געזאגט אז משיח וועט נישט קומען מתוך בהלה נאר מתוך נחת והרחבה וכדו'.