מגיד משנה לנוער
חג הסכות
ספור פלא בגמרא
עס שטייט אין גמרא (סוכה מז.) רב הונא בר ביזנא און אלע גדולי הדור האבען זיך צוזאמענגעטראפן אין א סוכה שמיני עצרת, וואס דאס איז א ספק שביעי. זיי זענען געזעצן אין סוכה, אבער זיי האבען נישט געמאכט א ברכה. פירט אויס די גמרא 'גמירי דמאפר אתו'. זאגט רש"י (ד"ה גמירי דמאפר אתו), למדתי מרבותי זיי זענען געקומען פון דעם פלאץ וואס די בהמות פאשענען, און זיי זענען נישט געזעצן אין סוכה א גאנץ יום טוב. איז א גרויסע וואונדער אז רב הונא בר ביזנא און די גדולי הדור האבען מבטל געווען מצות סוכה, ווייל זיי זענען געגאנגען פאשענען זייערע בהמות א גאנץ יום טוב, וואס איז דער פשט פון דעם.
בהמתן של חסידים גם מתנהגים בחסידות
עס שטייט אין אבות דר' נתן (פ"ח מ"ח) אזויווי די ראשונים זענען געווען צדיקים און חסידים, אזוי אויך זייערע בהמות זענען געווען חסידות. די קעמעלען פון אברהם אבינו זענען נישט אריין אין א פלאץ וואס איז געווען דארט א עבודה זרה, אזויווי עס שטייט (בראשית כד:לא) "ואנכי פניתי הבית ומקום לגמל".
מעשה ברבי יוחנן בן תורתא
נאך שטייט אין מדרש (פסיקתא פרה פי"ד ב') א איד האט פארקויפט זיין בהמה פאר א גוי. די גאנצע וואך האט דער גוי געארבעט מיט די בהמה. ערב שבת בין השמשות האט די בהמה נישט געוואלט ארבעטן, דער גוי האט איר געשלאגן, אבער זי האט זיך נישט גערוקט פון פלאץ. דער גוי איז געגאנגען צום איד וואס האט איהם פארקויפט די בהמה, און האט איהם געזאגט ער זאל איהם צוריקגעגעבן די געלט, ווייל ער האט איהם געגעבען א בהמה וואס ארבעט נישט. איז דער איד צוגעגאנגען צו די בהמה, און האט איר שטיל געזאגט אין אויער: "קיה, ווען דו ביסט געווען ביי מיר האסט נאר געארבעט אין די וואכן טעג, און אויף שבת האסט דו גערוהט. אבער יעצט וואס מיינע עבירות האבען גורם געווען אז איך האב געדארפט געלט, האב איך דיך געמוזט פארקויפן פאר דעם גוי. איך בעט דיך גיי ארבעט". און גלייך האט די קיה אנגעהויבן צו ארבעטן. דער גוי האט זיך שטארק געוואונדערט וואס דער איד האט דא געטוהן, און האט איהם געפרעגט וואס ער האט אריינגעזאגט פאר די בהמה. דער איד האט איהם געזאגט וואס ער האט אריינגעזאגט פאר די קיה. דער גוי איז זייער נתפעל געווארען פון דעם, און האט זיך מגייר געווען, ער האט אנגעהויבן צו לערנען תורה, און מען האט איהם גערופען יוחנן בן תורתא [תורתא מיינט א קיה].
אין הקב"ה מביא תקלה לבהמתן של צדיקים
עס שטייט אין די גמרא (חולין ז:, ירושלמי ג:) אז דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין תקלה פאר די בהמות פון די צדיקים, און אוודאי נישט פאר די צדיקים אליינס. אזויווי מען זעהט ביי רבי פנחס בן יאיר אז מען האט גע'גנב'עט זיין אייזל, און זי האט דארט נישט געגעסן דריי טעג. ווען זי איז צוריק האט זי מחמיר געווען אפילו אויף דמאי. דאס איז מרמז ישעי' הנביא (א:ג) "ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו", אויב דער בעל הבית איז א צדיק, פירט זיך די בהמה אויך ווי צדיק.
רב הונא בר ביזנא הלך לבדוק את עצמו אם נתקבלה עבודתו מהימים נוראים
מיט דעם קען מען ערקלערן די גמרא אין סוכה, רב הונא בר ביזנא און די גדולי הדור זענען געגאנגען נאך ראש השנה און יום הכיפורים זעהן צו זייערע עבודה וואס זיי האבען געטוהן אין די הייליגע טעג איז אנגענומען געווארען, וועגען דעם זענען זיי געגאנגען צו זייערע בהמות קוקען צו זיי פירן זיך ווי צדיקים, און דורך דעם האבען זיי געוואוסט ביי וועלכע מדרגה זיי שטייען. (מגיד משנה עקב ד"ה והיה עקב)
יארצייטען פון צדיקים
הרה"ק רבי יעקב יצחק מפרשיסחא זי"ע היהודי הקדוש זי"ע י"ט תשרי תקע"ד (ג' דחוהמ"ס)
דער יהודי הקדוש רבי יעקב יצחק איז געבוירען אין יאר תקכ"ו אין פשעדבורז, צו זיין טאטע דער מגיד רבי אשר זצ"ל, אן אייניקל פון ט"ז, און פון שיטה מקובצת, און צו זיין מאמע מרת דבורה ע"ה.
היהודי הקדוש
מען האט איהם גערופען 'היהודי הקדוש', דער טעם שטייט אין ספר סדר הדורות החדש, ווייל זיין רבי דער חוזה פון לובלין האט אויך געהייסען יעקב יצחק, און עס שטייט דאך אין שולחן ערוך (יו"ד סי' רמ"ב סע' ט"ו) מען טאר נישט רופען זיין רבי ביים נאמען, און אפילו אנדערע וואס הייסן אזויווי דער רבי טאר מען זיי נישט רופען ביים נאמען, וועגען דעם האט מען איהם גערופען 'יהודי'.
אין מליצי אש שטייט א טעם: ער איז געווען א גרויסער עניו, און יעדע מאל ווען ער האט מחדש געווען עפעס האט ער געזאגט: איך האב געהערט פון א איד וואס האט געזאגט א חידוש. הרה"ק מקאצק (ספר אמת ואמונה) האט געזאגט א טעם: יעדען טאג ווען ער האט געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי' האט ער געשפירט אז ער טוישט זיך פון א גוי צו א איד.
דער יהודי הקדוש איז געווען א גרויסער מתמיד. נעבען איהם האט געוואוינט א שמיד. דער שמיד האט זייער פלייסיג געארבעט, ער איז אויפגעשטאנען זייער פרי, און האט געארבעט ביז זייער שפעט. ווען דער יהודי הקדוש האט דאס באמערקט, האט ער געמאכט א קל וחומר: אויב דער שמיד וואס איז עוסק אין חיי שעה טוט ארבעטן אזוי פלייסיג, איז דאך אוודאי איך וואס איך בין עוסק אין חיי עולם, דארף איך דאך זיכער זעהן צו טוהען די עבודת ה' מער פלייסיג.
פון דעמאלס איז דער יהודי הקדוש אויפגעשטאנען פאר דעם שמיד. ווען דער שמיד האט דאס געזעהן איז ער אויפגעשטאנען נאך פריער. אזוי האט יעדער איינער געוואלט אויפשטיין פאר דער צווייטער שטייט אויף. ביים סוף האט דער יהודי הקדוש באזיגט דעם שמיד, און ער האט געזאגט אז דורך דעם שמיד איז ער אנגעקומען צו זיינע מדרגות.
עס איז געווען א איד וואס האט פארקויפט בראנפן. איינמאל איז דער יהודי הקדוש אריינגעשטאנען ביי איהם, ער האט שטארק באדינט דעם צדיק, און דעמאלס האט ער ווייניגער פארקויפט אין געשעפט. די ווייב פון דעם איד האט געזאגט: "דו וועסט דאך ווערען אן ארעמאן, אויב ביסט א גאנצע עוסק נאר מיט דעם רבי, און דו טוסט נישט פארקויפן". דער מאן האט איר געזאגט, אז דאס איז נישט איר דאגה.
פאר דער יהודי הקדוש איז צוריק געפארען, האט ער געפרעגט דעם איד: "וויאזוי איז דיין פרנסה"? דער איד האט געשוויגן. האט דער יהודי הקדוש איהם געזאגט ער זאל קויפען די הויט פון קעלבעלעך. האט דער איד געזאגט די הויט איז יעצט זייער ביליג און עס איז נישט דא קיין קונים, אויך האב איך נישט קיין געלט צו קויפן". האט דער יהודי הקדוש געזאגט: "דאס וואס עס איז ביליג איז נישט קיין פעלער, ווייל יעדע סחורה וואס איז ביליג קען ווערן טייערער. און דאס וואס דו האסט יעצט נישט קיין געלט, דו ביסט דאך א באגלייבטער מענטש, דו קענסט קויפען אויף בארג".
דער איד איז געגאנגען אין שטאט און האט געקויפט אסאך פון די סחורה אויף בארג, און ער האט אנגעפילט מיט דעם א גאנצע צימער. ער האט געהאלטען די סחורה א לאנגע צייט, און די פארקויפער האבען געפאדערט ער זאל זיי באצאלען. ער האט זיי געוויזען אז די סחורה ליגט נאך און קיינער האט נאך נישט געקויפט.
עס איז אריבער צוויי וואכן, און עס איז געקומען א סוחר וואס האט געדארפט האבען אסאך סחורה, ווייל דער קייסער האט געהייסען מאכען קליידער פאר די סאלדאטן. דער סוחר האט איהם געפרעגט וויפיל ער וויל פארדינען אויף די סחורה, האט ער איהם געזאגט ער וויל עס נאר פארקויפן אויב ער געבט איהם דאפעלט פון דעם פרייז וואס ער האט באצאלט ביים קויפען. און דער סוחר האט געקויפט די גאנצע סחורה. האט דער איד געזאגט פאר זיין ווייב: "דו זעהסט אז דער רבי האט גוט באצאלט פאר זיין אכסניה". (היהודי הקדוש)
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן