דער הייליגער 'בני יששכר' זי"ע פלעגט בויען זיין סוכה צווישן יום כיפור און סוכות. איין יאהר איז יום כיפור געפאלן מיטוואך און אויפצומארגנס דארנערשטאג און פרייטאג האט דער 'בני יששכר' צוליעב די גרויסע טרדות נישט אנגעיאגט צו ענדיגן די סוכה, און זעהענ'דיג ערב שבת אז ס'איז נאך פארבליבן אסאך ארבעט צו ענדיגן די סוכה האט ער געבעהטן אז מ'זאל מוצאי שבת רופן דעם חסיד ר' וואלף רייך וואס האט געהאט קשרים מיט די פריצים און מיט די סוחרים. מוצאי שבת האט אים דער 'בני יששכר' דערציילט איבער זיין פראבלעם, אז ס'איז נאך געבליבן אסאך ארבעט צו ענדיגן די סוכה, און די אידן זענען דאך באשעפטיגט ערב יום טוב מיט די ארבע מינים, דעריבער זאל ער רעדן מיט זיינע באקאנטע גוים ארבייטער זיי זאלן קומען זונטאג אינדערפרי העלפן מיט די ארבעט צו בויען די סוכה. ר' וואלף וואוסנדיג אז זונטאג איז זייער חגא ווען זיי גייען אין תיפלה, האט געזאגט פאר'ן 'בני יששכר' אז ער קען גארנישט העלפן ווייל זונטאג איז זייער חגא, און מ'טאהר אפילו נישט רעדן אדער דערמאנען וועגן ארבייטן זונטאג ביי די גוים, ווייל זיי גייען דעמאלט אין זייער תיפלה, און קיינער וועט נישט וועלן קומען ארבייטן, אפילו פאר כל הון דעלמא. האט דער 'בני יששכר' געזאגט פאר ר' וואלף אויב דו האסט נישט אן אייגענע עצה וועל איך דיר זאגן וואס צו טוען, אבער דו מוזט אלעס אויספאלגן וואס איך וועל דיר זאגן און הייסן. ר' וואלף האט באלד מסכים געווען. האט דער 'בני יששכר' אים געהייסן צוגיין צו צוויי ארבייטער גוים, און זיי זאגן אז ער וועט זיי גוט באצאהלן פאר זייער ארבעט, און זיי וועלן דאך אוודאי נישט וועלן ארבייטן מיט די טענה אז ס'איז זונטאג און זיי טאהרן נישט ארבעטן, זאלסטו זיי זאגן אז דער גלח האט צוגעשטימט און ערלויבט זיי צו ארבייטן, און זיי קענען גיין פרעגן דעם גלח און הערן זיין הסכמה, און זיי וועלן דיך פאלגן און קומען ארבייטן. ר' וואלף האט אויפגעציטערט און געפרעגט "ווי אזוי קען איך זיי דאס זאגן אין נאמען פונעם גלח, אויב זיי וועלן זיך דעוואוסן אז ס'איז ליגנד וועט דאך זיין זייער ביטער, און דער גלח וועט זיכער נישט מיט שטימען אז זיי זאלן ארבייטן זונטאג, אין זייער חגא טאג. זאגט אים דער 'בני יששכר' מיר האבן דאך אפגעמאכט אז דו וועסט אלעס פאלגן. און דער 'בני יששכר' איז צוגעגאנגען צו די שאפע און ארויסגענומען צוויי גאר געשמאקע פלעשלעך בראנפין, און זאגט פאר ר' וואלף: נעם די צוויי פלעשלעך בראנפין צום גלח, וואס דו ביזט מיט אים שוין פון לאנג באפריינדט, געב דאס אים און בעהט אים אין מיין נאמען אז איך דארף האבן עטליכע ארבייטער צו העלפן ענדיגן בויען די סוכה. ר' וואלף האט אזוי געטוען און דער גלח האט באלד צוגעשטומט און ער האט באלד געגעבן דעם געוואונטשענעם ערלויביניש אזוי ווי דער 'בני יששכר' האט געבעהטן. פון דארט איז ר' וואלף געגאנגן צו די גוי'שע ארבייטער, זיי געזאגט אז ער האט אן ערלויביניש פונעם גלח אויף זונטאג אז זיי מעגן ארבייטן, זיי האבן באלד מסכים געווען און שוין זונטאג מיטאג איז געשטאנען מיט'ן פוהלן גלאנץ א גרויסע פראכטפולע סוכה. דער 'בני יששכר' האט זיך זייער געפרייד, און געלייגט דעם סכך אויף די סוכה. יום טוב ביינאכט ווען דער 'בני יששכר'איז אריין אין די סוכה, איז ער געבליבן שטיין ביי די טיהר און געזאגט: "רבונו של עולם זעה ווי אידישע קינדער זענען אנדערש פון די אנדערע פעלקער פון די וועלט, פאר קיין שום געלט אין די וועלט וועט א איד נישט מסכים מחלל שבת זיין, און פאר צוויי פלעשלעך בראנפין האט דער גלח ערלויבט מ'זאל פארשוועכן זייער חגא טאג און בויען די סוכה", און אזוי האט דער הייליגער 'בני יששכר' ממתיק געווען און מליץ טוב געווען אויף די אידן און פארשטאפט דאס מויל פון די מקטרגים.
***