• געבעהטן מיט א צובראכן הארץ
איין יאהר איז דער "דברי חיים" פון צאנז זי"ע געזיצן די ערשטע נאכט סוכות זייער פארווייטאגט, ווייל יענעם יאהר איז די שיף וואס האט געדארפט ברענגען די אתרוגים געזונקען. אבער אין די צווייטע נאכט איז ער שוין געווען שטארק בשמחה. האט דער "דברי חיים" ערקלעהרט די זאך, די ערשטע נאכט האט ער געזעהן ווי דער שטן פרייד זיך אז אידן וועלן נישט קענען מקיים זיין די מצוה. אבער אינעם ערשטן טאג סוכות ווען מען האט געהאלטן פאר הלל האבן די אידן מיט א צובראכן הארץ געבעהטן ביים באשעפער ער זאל אהנעמען זייער מחשבה טובה, למעשה, פונקט ווי זיי וואלטן טאקע מקיים געווען די מצוה בשלימות, און דער באשעפער האט אנגענומען זייער געבעהט און האט דאס זיי פארעכענט ווי זיי האבן מקיים געווען די מצוה. איז דער שטן ארומגעגאנגען צוקלאפט אז ס'איז אים נישט געלונגען אוועק צו נעמען די מצוה פון די אידן, און דעריבער איז דער "דברי חיים" געווען בשמחה.
• האלט דיך נישט גרויס מיט'ן אתרוג
"אתרוג" איז די ראשי תיבות: "א'ל ת'בואני ר'גל ג'אוה" (תהלים לו-יב). דער אתרוג זאגט פאר'ן איד: האלט דיך נישט גרויס מיט מיין שיינקייט און מיין טייערקייט, נאר זאלסט טוען די מצוה ווייל דער באשעפער האט אזוי באפוילן. (הבעש"ט הק' זי"ע)
• דורך תשובה ווערט דער אתרוג שיין
דער צדיק רבי מרדכי פון נאדווארנא זי"ע (וואס זיין יאהרצייט איז אינעם ערשט'ן טאג סוכות) האט אמאהל באקומען פאר יום כיפור אן אתרוג פוהל מיט פלעקן. האט ער דעם אתרוג אריינגעלייגט אין ארון הקודש, און געזאגט אויף זיך: "אויב מררכי וועט גוט תשובה טוען, דעמאלט וועלן אלע פלעקן אוועק גיין און ס'וועט ווערן א שיינער אתרוג". נאך יום כיפור האט ער צוריק ארויס גענומען דעם אתרוג פונעם ארון הקודש, און אלע האבן מיט וואונדער געזעהן א זויבער'ן און שיינער אתרוג!