קארטאפיל מיט בארשט
בנוגע דעם מנהג, ווייל בארשט איז רויט [וואס ווייזט אויף דין], און קארטאפל איז ווייס [וואס ווייזט אויף רחמים] און מיט'ן גיסן די בארשט אויף די קארטאפל איז דערביי דא א ראמז להמתקת הדינים. ומי יעמוד בסוד קדושים. (מפי הרה"ח ר' בן ציון אסטערליץ ז"ל ששמע מפיו)
דער טעם פארוואס מ'האט די סעודה גערופן "לאכעדיגע מלוה מלכה", האט כ"ק האדמו"ר רבי איציק'ל מפשעווארסק זצ"ל, דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרה"ק רבי שמחה ישכר בער מצעשינוב זצ"ל, דער איידים פון כ"ק מרן מהר"י זי"ע, אז כ"ק מרן מהר"ש זי"ע האט געזאגט אויף זיך אז ער געבוירן געווארן מיט די טבע פון כעס, און ער האט זיך אזוי שטארק צובראכן זיין טבע פון כעס און שווער געארבעט אויף די מדה, ביז ער האט דאס איבערגעדרייט אויף פארקעהרט, אז ווען ער האט זיך געוואלט בייזערן האט ער געלאכט. און וויבאלד אין בעלזא איז געווען א קליינע סוכה, און ביי די סעודת מלוה מלכה איז געקומען א גרויסער עולם, און ס'איז געווען א גרויס ענגשאפט, איז מטבע הדברים האט ער זיך געוואלט בייזערן, אבער אנשטאט זיך בייזערן האט ער אסאך געלאכט, און פון דעם האט זיך גענומען דער נאמען "לאכעדיגע מלוה מלכה.
און אנדערע גירסא ווערט דערציילט: כ"ק מרן מהר"ש זי"ע האט געלאדענט צו די סעודה די בעלי הבתים פון די שטאט בעלזא, און ער האט מיט זיי געשמועסט און אויך געטאנצט מיט זיי, און מרן זי"ע איז דעמאלט געווען שטארק בדיחא דעתיה, און אוודאי איז דאס נישט געווען דברים כפשוטם, נאר רבותינו הק' זי"ע האבן דערין געהאט הויכע און גרויסע ענינים. (המשב"ק הרה"ח ר' יצחק לנדאו ז"ל "אור הצפון" קובץ מ"ו, מדור "מועדים וזמנים")
פארוואס מ'באציהרט די סוכה
דער ענין פון באציהרן און שיין מאכן די סוכה און אויפהענגן חשובע פרוכטן, איז ווייל דאס ווייזט ווי חשוב און באליעבט ס'איז פאר אונז די מצוה, אז מען באציהרט די סוכה און מען טוט דאס באשיינען מיט וואס נאר מעגליך, דעריבער וואס מער מען פארמערט צו באציהרן די סוכה איז ער געלויבט ביים באשעפער. (של"ה הק')
צו דערמאנען דעם חסד פון באשעפער
דער ענין פון די נוי סוכה איז הויפטליך ארויס צו ווייזן און דערמאנען די גרויסע גענאדע און דאס גוט'ס וואס דער באשעפער האט משפיע געווען אויף אונז ווען מיר זענען ארויס פון מצרים, ווי דער מדרש דערציילט די גרויסע פארגענוגן און דאס שיינקייט וואס די אידן האבן זוכה געווען צו האבן די גאנצע צייט אין מדבר. דעריבער רעכענט אויס דער תנא פארשידענע סארטן "נוי סוכה", כדי מיר זאלן זיך אנשטרענגן צו באציהרן די סוכה מיט וואס ס'איז נאר מעגליך ווייל דאס איז אויך א טייל, און אן עיקר אין די מצות סוכה, נישט נאר בלויז צוליעב הידור מצוה פון "זה קלי ואנוהו", נאר דאס ברענגט ארויס די כוונה פון די מצות סוכה, די אנערקענונג און חסד אינעם נס וואס איז מיט אונז געווארן געטוען, ווען מיר זענען געווען אין מדבר און געוואוינט אין סוכות, און מיר האבן געהאט אלעס מיט א שפע און מיט שיינקייט, דעריבער דער וואס פארמעהרט צו באצירן די סוכה איז ער געלויבט. (באר יוסף, פ' אמור)
ווען ווערט די נוי סוכה אסור בהנאה
דער 'פני יהושע' איז מחדש אז נאר נאכדעם וואס מ'האט באדעקט די סכך אויף די סוכה ווי די הלכה איז, דעמאלט אויב מ'הענגט אויף נאכדעם די נוי סוכה ווערן זיי באטראכט ווי א נוי סוכה אז זיי ווערן אסור בהנאה. אויב אבער מ'האט זיי געלייגט איידער מ'האט געלייגט די סכך כשר ווערן זיי נישט אסור בהנאה. (פני יהושע סוכה י.)
איין און ניינציג לעכט
אין די סוכה פון הרה"ק מצאנז זי"ע האט מען געצינדן איין און ניינציג לעכט אזויפיהל ווי ס'באטרעפט דאס ווארט סוכה (91).
נוי סוכה ביי צדיקים
די סוכה פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט מען באציהרט מיט שיינע געשטאלטן פון פייגעלעך, וואס זענען געווען גערעכנט פון די שענסטע נוי סוכה אין זיין סוכה.