צדיקים און חסידים פון אלע דורות און איך וועל אויך וועלן אריינגיין אין די סוכה פונעם לויתן. און אויב מ'וועט מיך וועלן ארויס יאגן פון דארט, און מיר זאגן וואס טוהט דא אזא מגושם׳דיגער און פראסטער מענטש צו וועלן זיצן מיט אלע צדיקים צוזאמען? וועל איך ענטפערן אז אויך אין מיין סוכה זענען געזיצן פראסטע און מגושם׳דיגע מענטשן, וועט מען מיך אויך דארפן אריינלאזן. (סוכת שלום בשם שפתי צדיקים)
אושפיזין קומען אין די סוכה
א רמז פון די תורה אז די אושפיזין קומען אראפ אין די סוכה. די ווערטער "בסכת תשבו שבעת ימים" באטרעפן 2062 וויפיהל אברהם סוכה. יצחק סוכה. יעקב (מלא) סוכה. משה סוכה. אהרן סוכה. יוסף סוכה. דויד (מלא) סוכה". (זוהר)
די אמהות קומען אויך אין די סוכה
ס'איז באקאנט אז אזוי ווי די אבות העולם זענען מרומז אז זיי קומען אין די סוכה אזוי אויך איז מרומז אז די הייליגע אמהות קומען אויך אין די סוכה. דעריבער דאס ווארט "אזרח" מיט'ן מילוי (אל"ף זי"ן ר"ש ח"ת) באטרעפט פונקט תתרפ"ו (1086), אזויפיהל ווי ס'באטרעפט די נעמען פון די אמהות "שר"ה רבק"ה רח"ל לא"ה" (1086) מרמז צו זיין אז די אבות און די אמהות קומען צוזאמען און זיי זענען זיך משתתף מיט אונז אין די סוכה, און זענען מעורר חסדים ורחמים אויף אידישע קינדער. (מדבר קדש - כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע מובא בעלים לתרופה)
מאוצרות הצדיקים - סגולת מצות סוכה
מחילת עוונות
"אילה שלוחה": דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי ר' זושא זצוק"ל, איז געקומען אין חלום צו זיין תלמיד און אים געזאגט, אז דאס ווארט סוכה, איז ראשי תיבות "ו'יאמר ה' ס'לחתי כ'דברך" דאס מיינט אז די מצות סוכה איז א סגולה אויף כפרת עוונות.
"ברית אברם": מצות סוכה ווערט גערעכנט ווי גלות וואס איז מכפר אויף עבירות.
רפואה שלימה
"תפארת שלמה": די גמרא (סוכה כה.) זאגט: "חולין ומשמשיהן פטורין מן הסוכה", קראנקע מענטשן ל"ע און זייערע באדינער, זענען פטור פון מצות סוכה, ווייל זיי זענען פארנומען מיט'ן קראנקען. דאס איז פשט אין די גמרא, "חולין ומשמשיהן",—דער קראנקער, "פטורין מן הסוכה",—ווערט פטור פון זיין קראנקהייט, דורך די מצוה פון סוכה.
פרנסה
"זרע קודש": אין זכות פון אריינגיין אין די סוכה— דעם באשעפער'ס שאָטן, איז מען זוכה צו פרנסה, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק (קהלת ז:יב) "בצל החכמה בצל הכסף"—דורכדעם וואס מ'גייט אריין אינטערן שאָטן פון חכמה דאס מיינט אינטערן שאטן פון באשעפער, איז דאס א סגולה צו זיין "בצל הכסף"—צו האבן געלט.
ראטעוועט פון יצר הרע
"בית אהרן": "כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים", ווען א איד איז מקיים מצות סוכה ווי ס'דארף צו זיין, ציהט אים דער באשעפער ארויס פונעם באקאנטן מצרים, דער יצר הרע, און מ'ווערט פריי פונעם יצר הרע.
"תפארת שלמה": דעריבער האט דער באשעפער באפוילן אז מ'זאל זיין אינגאנצן ארומגענומען מיט מצות סוכה, ווייל ס'איז א שמירה, אז א גאנץ יאהר זאל מען זיין אפגעהיטן פון עבירות און דער יצר הרע זאל נישט האבן קיין שליטה אויפ'ן מענטש אים איבערצורעדן צו טוען עבירות.
כי לה' המלוכה
"באר מים חיים": דער ענין פון סוכה, אז דער מענטש זאל אריינברענגען זיין גאנצן קערפער אונטערן רשות פון באשעפער, און מאכן דעם באשעפער קעניג אויף אלע זיינע גלידער.
"אגרא דכלה": מצות סוכה איז מבטל די שלעכטע געדאנקען און פאלטשע אמונה פונעם מענטש.
באשיצט אויפ'ן מענטש
זוהר הק' (פ' תצוה): ווער ס'זיצט אונטערן שאָטן פון די סוכה אין סוכות, באשיצט דאס אים צו יעדער צייט ווען ער דארף. אין תיקוני זוהר שטייט אז דורך מצות סוכה, באשיצט דער באשעפער דעם מענטש אויף יענער וועלט, פון אלע שלעכטע מלאכים און פון אלעם בייזן.
זרע של קיימא
"תפארת שלמה": מצות סוכה איז א סגולה, זוכה צו זיין צו האבן גוטע קינדער, זרע של קיימא.
עורו של לויתן
פסיקתא: דער וואס איז מקיים מצות סוכה אויף די וועלט, וועט דער באשעפער אים זעצן אין די סוכה פון עורו של לויתן ווען משיח וועט קומען.
שלום בית
דער ראשפשיצער רב זי"ע פלעגט יעדן טאג דורכ'ן יאהר, לערנען מסכת סוכה אדער הלכות סוכה. ער פלעגט זאגן אז ס'איז מסוגל אויף שלום בית. אזוי שטייט אין ספר "סגולות ישראל",—א סגולה קעגן מחלוקות איז מ'זאל לערנען מסכת סוכה א גאנץ יאהר.
אריכות ימים
"זרע קודש": "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות",— די תורה שרייבט דאס לשון "אזרח" וואס מיינט, אן עלטערע מענטש, מרמז צו זיין, אז דער וואס איז מקיים מצות סוכה ווי מ'דארף, וועלן ווערן "אזרחים וזקנים"—זיי וועלן האבן אריכות ימים ושנים. דאס ווארט "אזרח" באטרעפט פונקט ווי דאס ווארט, "גבורה", דאס איז א רמז, אז די וואס זענען מקיים מצות סוכה ווי ס'באדארף צו זיין, וועלן זוכה זיין אנצוקומען צו די גבורות, דאס מיינט ביי די אכציג יאהר, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "ואם בגבורות שמונים שנה".