Skip to content
מיין יו"ט אוצר

מאוצרות הצדיקים - שמיני עצרת

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מאכט מיד א קליינע סעודה

אין מדרש שטייט א טעם, פארוואס דער באשעפער האט אונז געגעבן דעם יום טוב שמיני עצרת. ס'איז א משל צו א קעניג וואס האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר זיינע קנעכט, עטליכע טעג האט מען געגעסן און געטרינקן, און אינעם לעצטן טאג, האט דער קעניג געזאגט פאר זיין באליבסטן פריינט, אז ער וויל מאכן מיט אים אליין א קליינע סעודה, כדי ער זאל הנאה האבן נאר פון אים. דער נמשל איז, אלע זיבן טעג פון סוכות האט מען מקריב געווען זיבעציג קרבנות,- קעגן די זיבעציג פעלקער, דעם אכטן טאג בעהט דער באשעפער פון די אידן, זיין איינציגסטע און באליבטער פאלק, מאכט מיר א קליינע סעודה, מ'זאל מקריב זיין נאר איין פָּר, כדי איך זאל פון אייך הנאה האבן.

גדולת היום

הגה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע האט געזאגט: "ס'איז מקובל פון צדיקים, אז שמיני עצרת איז א צייט וואס דער באשעפער איז מקבל די תפלות פון אידן אזוי ווי יום כיפור".

ביום השמיני עצרת תהיה לכם

"עצרת" איז א לשון פון צוריק האלטן, דאס איז א רמז, אז אין הימל האלט מען צוריק די שלעכטע גזירות ביז שמיני עצרת, און מ'גיט די געלעגענהייט אז דער מענטש זאל נאך תשובה טוען. (באר משה)

עסן 'שמיני עצרת' אין די סוכה

אין 'שולחן ערוך' (סי' תרסח, א) שטייט, אז אין חוץ-לארץ עסט מען 'שמיני עצרת' אין די סוכה, סיי ביינאכט און סיי בייטאג, ווייל ס'איז דאך א 'ספק' אפשר איז דאס נאך סוכות. אבער פונדעסטוועגן, איז געווען דער מנהג ביי אסאך צדיקים, תלמידי הבעל שם הקדוש זי"ע, אז מ'האט נישט געגעסן שמיני עצרת די סעודה אין די סוכה. אין די שטאט נאשעלסק האט געוואוינט א רב, וואס איז געווען א 'חסיד', אבער אזויווי ער האט געשטאמט פון 'מתנגדים', פלעגט ער שטענדיג פראבירן צו פארשטיין די הנהגות פון די חסיד'ישע רבי'ס. אמאהל איז ער געפאהרן אויף שמיני עצרת צו הרה"ק רבי יחזקאל פון קאזמיר זי"ע, און ער האט באמערקט אז רבי יחזקאל גייט נישט אריין שמיני עצרת אין די סוכה, און ער האט זיך זייער געוואונדערט דרויף. האט ער באשלאסן אז ער וועט אים פרעגן וואס איז דער פשט דערפון. אזויווי ער איז נאר אריין געקומען אין צימער פונעם צדיק, נאך איידער ער האט געעפנט זיין מויל, האט אים רבי יחזקאל קאזמיר'ער זי"ע געזאגט אזוי: "ס'איז אמאהל געווען א קעניג וואס האט געהאט א 'מאלער' וואס ער האט געקענט זייער שיין צייכענען און פארבן, ווען ער האט געצייכנט א בילד, האט דאס אויסגעזעהן כאילו דער בילד איז ממש 'לעבעדיג'. דער מלך איז געווען זייער שטאלץ מיט אים, און ער האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר אלע זיינע שרים, כדי צו ווייזן די הערליכע בילדער וואס דער מומחה האט געצייכנט. ביים סעודה האט דער מאלער פארגעשטעלט א הערליכע בילד פון א פעלד מיט זאנגען, און עס האט טאקע אויסגעזען ממש ווי 'לעבעדיגע' זאנגען, און אלע מענטש זענען זייער נתפעל געווארן פון

די וואונדערליכע בילד.

ביי דער זייט איז דארט געשטאנען א פויער, און ער רופט זיך אהן צום מלך, אז דער בילד איז נישט ריכטיג, ווייל די זאנגען אין פעלד דארפן זיך שאקלען פונעם ווינט, און דא שטייען זיי א גאנצע צייט אויף איין פלאץ... עטליכע טעג האט מען געבעהטן פונעם מאלער, אז ער זאל צייכענען א צווייטער בילד. און ער האט געמאכט א בילד פון א מענטש וואס געבט צו טרינקען וואסער פון א ברונעם פאר די בהמות. אבער דער פויער האט ווייטער גע'טענה'ט אז דער מענטש שטייט אהן זיך צו באוועגן, און מ'זעהט אז דער בילד איז נישט ריכטיג...איז ער געגאנגען און געצייכנט א בילד פון דער קעניג, מיט א הערליכע קרוין אויפ'ן קאפ, און אלע זענען מורא'דיג נתפעל געווארן פון די שיינע בילד. דער פויער האט ווייטער געוואלט 'אפפרעגן' דער בילד, און גע'טענה'ט אז מ'זעהט נישט די 'קנייטשן' וואס איז דא אויפ'ן קעניג'ס שטערן... אבער דא איז שוין דער מאלער צוגעגאנגען צום פויער און אים געגעבן א פראסק, און געזאגט: "אין זאנגען ביזטו טאקע א 'מבין'. אין א ברונעם וואסער ביזטו אויך א 'מבין'. אבער וואס פארשטייסטו אין א 'מלך'..." . דער צדיק האט אים נישט ערקלערט דער 'נמשל', אבער דער רב האט שוין זייער גוט פארשטאנען די כוונה. אזויווי דער פויער האט נישט קיין 'השגה' אין א 'מלך', אזוי אויך האט ער נישט קיין שום 'השגה' אין די 'ענינים' און 'הנהגות' פון צדיקים, וואס אלע זייערע מעשים איז העכער אונזערע השגות... (כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א קידושא רבה פ' יתרו תשנח)

לענין גרויסקייט פונעם טאג

די גאנצע עבודה פון די הייליגע טעג, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, חודש אלול, ראש השנה, תקיעות שופר, עשרת ימי תשובה, יום הכפורים, די טעג פון פאר סוכות, יום טוב סוכות, מצות סוכה, לולב, ד' מינים, הושענא רבה, און הושענות, איז אלעס נאר אן הכנה, אז א איד זאל זוכה זיין און קענען זאגן "אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו", ווייל דאס איז דער יחוד פון די שכינה מיט כנסת ישראל. (הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע)

מיד דארפן באצאהלן דעם חוב

הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע, האט געזאגט א משל פארוואס מיר טאנצן שמחת תורה. איינער איז אמאהל געקומען אין א גאסטהויז און געהייסן מ'זאל אים געבן די בעסטע עסן און טרונקען, און די בעסטע און שענסטע שטוב צו נעכטיגן. און ווייל ס'איז אים דארט גוט געווען איז ער געבליבן א לענגערע צייט, ביז דער בעל

More in this printout

View the whole printout