Skip to content
מיין יו"ט אוצר

מאוצרות הצדיקים - שמחת תורה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

פיסעלעך פיסעלעך הייבט אייך

הרה"ק רבי ר' מענדעלע מרימאנוב זצוק"ל פלעגט שמחת תורה שטענדיג זאגן: "פיסלעך פיסלעך הייבט'ס אייך לכבוד די הייליגע תורה.ס'וועט שוין קומען די צייט ווען איר וועט רוהען און רוהען".

פרייד זיך מיט'ן ברודער'ס שמחה

דער ראפשיצער רב זי"ע פלעגט איבער דערציילן שמחת תורה דעם קלוגן ענטפער וואס א פראסטער טרעגער, האט אים אמאהל געגעבן ווען ער האט געזעהן ווי געוואלדיג ער פרייד זיך שמחת תורה מיט די תורה, און ער, דער ראפשיצער רב, האט אים געפרעגט: "וואס איז מיט דיר אזוי שמחה? האסטו אזויפיהל תורה געלערנט דאס פארגאנגענע יאהר, וואס דו זינגסט און דו טאנצסט אזוי מיט די תורה?" קורץ און שארף, האט דער טרעגער געענטפערט: "רבי, און אז מיין ברודער מאכט א שמחה דארף איך מיך נישט פרייען?...

."כל ישראל ערבים זה לזה" עהנליך ווערט דערציילט: א דיין האט אמאהל געפרעגט פון אן עם הארץ, "פארוואס פרייסטו זיך מיט די תורה, דו האסט דאך נישט געלערנט?" האט אים דער עם הארץ צוריק געענטפערט: "יום כיפור זאג איך ווידוי 'על חטא שחטאנו לפניך בכפת שוחד', האב איך דען אמאהל גענומען שוחד, איך בין דאך נישט א דיין? נאר וואס דען? איר (דער דיין) נעמט שוחד און איך זאג ווידוי 'בכפת שוחד'. אבער מיר ווייסן דאך אז 'כל ישראל ערבים זה לזה', דערפאר זאג איך ווידוי פארדעם וואס איר האט גענומען שוחד. קומט דאך מיר אויך דעם זכות זיך צו פרייען מיט דעם וואס איר (די תלמידי חכמים) לערנען תורה"...

גרויסקייט פונעם טאג

די גאנצע עבודה פון די הייליגע טעג, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, חודש אלול, ראש השנה, תקיעות שופר, עשרת ימי תשובה, יום הכפורים, די טעג פון פאר סוכות, יום טוב סוכות, מצות סוכה, לולב, ד' מינים, הושענא רבה, און הושענות, איז אלעס נאר אן הכנה, אז א איד זאל זוכה זיין און קענען זאגן "אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו", ווייל דאס איז דער יחוד פון די שכינה מיט כנסת ישראל. (הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע)

מיד דארפן באצאהלן דעם חוב

הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע, האט געזאגט א משל פארוואס מיר טאנצן שמחת תורה. איינער איז אמאהל געקומען אין א גאסטהויז און געהייסן מ'זאל אים געבן די בעסטע עסן און טרונקען, און די בעסטע און שענסטע שטוב צו נעכטיגן. און ווייל ס'איז אים דארט גוט געווען איז ער געבליבן א לענגערע צייט, ביז דער בעל הבית האט אים געזאגט אז ער זאל באצאהלן ווייל דער חוב איז שוין זייער גרויס. האט דער גאסט געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט צו באצאהלן. זאגט אים דער בעל הבית, אז אויב ער וועט נישט באצאהלן דעם חוב, וועט ער אים איבערגעבן פאר די פאליציי, און מ'וועט אים אריינזעצן אין טורמע. זאגט אים דער גאסט, וואס וועסטו פארדינען אז איך וועל זיצן אין טורמע? איך קען דיר אבער דאס טוען, איך וועל פאר דיר טאנצן אזעלכע טענץ וואס מ'זעהט נישט אין ערגעץ, און מענטשן וועלן דאס קומען זעהן וועסטו פארדינען אסאך געלט, ביז דער חוב וועט אינגאנצן אפגעצאהלט ווערן. דאס זעלבע איז מיט אונז אידן, מיר האבן געבעהטן ביים באשעפער, אין די הייליגע טעג אויף אלעס גוטס, אויף קינדער, אויף לעבן, און אויף פרנסה, און מיר האבן צוגעזאגט פאר'ן באשעפער אז מיר וועלן פארעכטן אונזערע מעשים און תשובה טוען, יעצט ווען ס'קומט שוין דער לעצטער טאג און מ'דארף שוין באצאהלן דעם חוב, און מיר האבן ליידער נישט וואס צו באצאהלן, טאנצן מיר מיט פרייד פאר'ן באשעפער אויף זיין תורה, און דורכדעם ברענגן מיר אן ערוועקונג פון תשובה אין אידישע הערצער וואס דאס מאכט אונז צו פארמעהרן צו טוען מצות ומעשים טובים.

חיים של שמחה

דער סקולענער רבי זי"ע פלעגט דערציילן שמחת תורה: אמאהל איז א חסיד געקומען צו פאהרן אויף יו"ט צום הייליגן 'חוזה' פון לובלין, און אזוי ווי ער האט געגעבן שלו' פארן 'חוזה', האט אים דער 'חוזה' געהייסן אז ער זאל שוין אהיימפאהרן. דער חסיד איז געווארן צוטומלט און האט נישט פארשטאנען פשט אין די רייד. נאך א טאג-צוויי, האט דער 'חוזה' באמערקט ווי ער דרייט זיך נאך אין הויף, האט ער אים געפרעגט, "דו ביזט נאך אלס דא? פאק שוין פעק און פאהר אהיים!" דא האט ער שוין געזעהן אז דער רבי מיינט דאס ערנסט, האט ער זיך ארויסגעלאזט אהיים צובראכענערהייט. אונטערוועגנס האט ער זיך אפגעשטעלט אין א קרעטשמע, וואו ער האט פונקט אנגעטראפן א גרופע חסידים וואס האבן געהאלטן אינמיטן וועג פארנדיג צום 'חוזה'. אזוי ווי זיי האבן באמערקט ווי דער חסיד זיצט אין א זייט צובראכן, האבן זיי אים געפרעגט וואס דו זאלסט זיין אינדערהיים אין דיינע לעצטע טעג. "אבער" האט ער אויסגעפיהרט, "וואס די חסידים מיט זייער שמחה האבן אויסגע'פועל'ט אז די גזירה זאל בטל ווערן, דאס האב איך אליין נישט געקענט!" האט דער סקולענער רבי אויסגעפיהרט: "דורכדעם וואס מ'טאנצט און מ'פריידט זיך שמחת תורה, האט מען אזא כח אויסצו'פועל'ן אלעס גוטס, אפילו דאס וואס מ'האט נישט געקענט אויס'פועל'ן ראש השנה און יום כיפור!"

א פרייליכן יום טוב, א גוט קוויטל און א גוט געבענטשט יאר!

More in this printout

View the whole printout