ער האט באוויליגט בלויז צו גיין עפעס טועם זיין, ווייל ער מוז גיין צו די שכנות'דיג שטעטל צוזאמנעמען געלט, ווען די פרוי פון רבי הערש'לע האט דאס געהערט, האט זי געזאגט צו איר מאן: "לאמיר אים אויך געבן געלט, ער זאל באשטיין צו בלייבן ביי אונז גאנץ יום טוב. און אויב ער וועט אונז נישט גלייבן, וועל איך אים געבן א משכון מיין שטערן-טיכל וואס איז ווערד אסאך געלט. ענדליך האט דער אלטער מסכים געווען צו בלייבן ביי זיי, אבער מוצאי יום טוב איז דער אלטער איד פארשוואונדן געווארן, איבערלאזנדיג נאך זיך דעם משכון. מיט א צייט שפעטער, ווען רבי הערש'לע איז געפאהרן צו זיין רבי קיין לובלין, האט אים דער רבי געזאגט: ר' הערש'לע, ר' הערש'לע, פארוואס האט איר אזוי שטארק מפציר געווען, און מטריח געווען אליהו הנביאץ, ער זאל זיין ביי אייך גאנץ יום טוב...א שיינע אושפיזא האט איר געהאט..."
עולו אושפיזין עילאין
• געזעהן די אושפיזין אין זיין סוכה
הרה"ק רבי הערש'לע מליסקא זי"ע איז געווען א גרויסער ארימאן, איידער ער איז געווארן רב אין די שטאט ליסקא. אמאהל פאר סוכות האט ער נישט געהאט געלט צו קויפן סכך צו באדעקן זיין סוכה, איז ער געגאנגען קיין אוהעל און דארט פארשאפט מחצלאות פאר סכך. ער האט אבער אויך נישט געהאט געלט צו דינגען איינעם אהיים צו פיהרן די סכך, האט ער דעריבער אליין געטראגן די סכך און געגאנגען צופוס דעם ווייטן וועג צווישן אוהעל און ליסקא. מערערע מאהל האט ער זיך געדארפט אפשטעלן אינמיטן וועג צוליעב א שוואכקייט וואס האט אים אנגעכאפט, און ער איז געגאנגען אהין און צוריק ביז ער האט אהיים געברענגט דעם גאנצן סכך, און אזוי איז ער אנגעקומען קיין ליסקא און באדעקט זיין סוכה, ער האט שפעטער געזאגט בל"ק: "ס'האט זיך געלוינט, ווייל ער האט געזעהן די הייליגע אושפיזין אין זיין סוכה".
מאוצרות הצדיקים * אושפיזין בסובה *
• אזמין לסעודתא אושפיזין עילאה
דער זוהר הקדוש (פ' אמור) זאגט: "כתיב בסוכות תשבו שבעת ימים, לבתר ישבו בסוכות, בקדמיתא תשבו ולבתר ישבו, אלא קדמאה לאושפיזי, תניינא לבני עלמא", פריער שטייט וואו איז אבער אינעם פסוק מרומז די אושפיזין? נאר "תשבו" איז פון לשון "תושב ושכיר" אן אלט-געזעסענער. די אושפיזין זענען די זיבן "סבין קדישין", דערפאר לאדנט מען זיי פריער איין, ווייל יעדער פון זיי איז איין טאג דער "תושב". וועגן רעם זאגט דער פסוק קודם: "בסוכות תשבו", אז די תושבים, די אושפיזין, זאלן פריער אריינקומען, און נאכדעם "ישבו". קענען די מענטשן אריינקומען און זיצן אין די סוכה. (אמרי פנחס)
• לאדענען די אושפיזין בפה מלא
ווען א איד קומט אריין אין די סוכה דארף ער איינלאדענען די הייליגע אושפיזין בפה מלא, זיי זאלן קומען צו אים אין די סוכה אריין. ווי ס'שטייט אין זוהר הק', אז די אושפיזין קומען נישט צו גיין אויב מ'רופט זיי נישט, אפילו צו א צדיק גמור, און אזוי זאל מען טוען ביי די סעודה פון בייטאג און ביי די סעודה פון ביינאכט, און פריער זאל מען אייינלאדענען די אושפיזא פון יענעם טאג און דערנאך די איבריגע אושפיזין. (יסוד ושורש העבודה - שער יא, פרק יג)
• געסט אין די סוכה
דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע האט שטענדיג אריין גענומען ארימע פראסטע אידן און עמי הארצים אלס אורחים אין זיין סוכה. און ער האט ערקלעהרט פארוואס ער איז אזוי מהדר דאס צו טוען: די גמרא זאגט אז ווען משיח צדקינו וועט קומען וועלן די צדיקים זיצן אין די סוכה פונעם לויתן מיט זייערע קרוינען אויפ'ן קאפ און אויך אלע אבות פון די וועלט און די תושבים, די אושפיזין, זאלן פריער אריינקומען, און נאכדעם "ישבו". קענען די מענטשן אריינקומען און זיצן אין די סוכה. (אמרי פנחס)