הבית האט אים געזאגט אז ער זאל באצאהלן ווייל דער חוב איז שוין זייער גרויס. האט דער גאסט געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט צו באצאהלן. זאגט אים דער בעל הבית, אז אויב ער וועט נישט באצאהלן דעם חוב, וועט ער אים איבערגעבן פאר די פאליציי, און מ'וועט אים אריינזעצן אין טורמע. זאגט אים דער גאסט, וואס וועסטו פארדינען אז איך וועל זיצן אין טורמע? איך קען דיר אבער דאס טוען, איך וועל פאר דיר טאנצן אזעלכע טענץ וואס מ'זעהט נישט אין ערגעץ, און מענטשן וועלן דאס קומען זעהן וועסטו פארדינען אסאך געלט, ביז דער חוב וועט אינגאנצן אפגעצאהלט ווערן. דאס זעלבע איז מיט אונז אידן, מיר האבן געבעהטן ביים באשעפער, אין די הייליגע טעג אויף אלעס גוטס, אויף קינדער, אויף לעבן, און אויף פרנסה, און מיר האבן צוגעזאגט פאר'ן באשעפער אז מיר וועלן פארעכטן אונזערע מעשים און תשובה טוען, יעצט ווען ס'קומט שוין דער לעצטער טאג און מ'דארף שוין באצאהלן דעם חוב, און מיר האבן ליידער נישט וואס צו באצאהלן, טאנצן מיר מיט פרייד פאר'ן באשעפער אויף זיין תורה, און דורכדעם ברענגן מיר אן ערוועקונג פון תשובה אין אידישע הערצער וואס דאס מאכט אונז צו פארמעהרן צו טוען מצות ומעשים טובים.
חיים של שמחה
דער סקולענער רבי זי"ע פלעגט דערציילן שמחת תורה: אמאהל איז א חסיד געקומען צו פאהרן אויף יו"ט צום הייליגן 'חוזה' פון לובלין, און אזוי ווי ער האט געגעבן שלו' פארן 'חוזה', האט אים דער 'חוזה' געהייסן אז ער זאל שוין אהיימפאהרן. דער חסיד איז געווארן צוטומלט און האט נישט פארשטאנען פשט אין די רייד. נאך א טאג-צוויי, האט דער 'חוזה' באמערקט ווי ער דרייט זיך נאך אין הויף, האט ער אים געפרעגט, "דו ביזט נאך אלס דא? פאק שוין פעק און פאהר אהיים!" דא האט ער שוין געזעהן אז דער רבי מיינט דאס ערנסט, האט ער זיך ארויסגעלאזט אהיים צובראכענערהייט. אונטערוועגנס האט ער זיך אפגעשטעלט אין א קרעטשמע, וואו ער האט פונקט אנגעטראפן א גרופע חסידים וואס האבן געהאלטן אינמיטן וועג פארנדיג צום 'חוזה'. אזוי ווי זיי האבן באמערקט ווי דער חסיד זיצט אין א זייט צובראכן, האבן זיי אים געפרעגט וואס קליידער, און ער האט זיך צוגעשטופט ביז צום פלאץ וואו מרן זי"ע האט געטאנצט. האבן אים די חסידים געוואלט אוועקשטופן פון דארט, האט זיך מרן זי"ע אנגערופן: "אדרבא! זאל ער דא שטיין, זאלן די אבות הקדושים זעהן, וואס פאר א פנים אידישע קינדער האבן אין גלות".
מיט ישוב הדעת און נישט שיכור
דער מנהג ביי רבותנו הק' איז געווען, אז די נאכט פון שמחת תורה, גלייך אנהייב נאכט, פלעגן די "חברה קדישא" מאכן קידוש, און געגעסן און געטרינקען לכבוד היום. שעפטער ווען ס'איז געקומען די צייט צו דאווענען מעריב, וואס איז געווען כמעט ביי חצות לילה, זענען די "חברה קדישא" געגאנגען צום שטוב פון רבותנו הק', זיי מקבל פנים געווען, און באגלייט רבותנו הק', מיט געזאנג און מיט ברענענדיגע פאקלען, גייענדיג דעם גאנצן וועג ביז צו די שוהל, צו דאווענען מעריב און אפרעכטן די הקפות. איין יאהר האט מרן מהרי"ד זי"ע באמערקט איינער פון די יושבים וואס איז שוין געווען בגילופין נאכ'ן מאכ'ן קידוש, און טרינקען שארפע געטראנקן לכבוד היום אזוי ווי מ'האט זיך געפיהרט אין אנדערע ערטער. פאר מרן זי"ע איז דאס נישט געפעלן אז אין אזא הייליגע נאכט זאל מען ווערן שיכור און פארליהרן דעם ישוב הדעת. פוןן דעמאלט אהן האט מרן מהרי"ד זי"ע מבטל געווען דאס טרינקען שארפע געטראנקן וואס מאכן שיכור. דעריבע האט מען איינגעפיהרט אז ווען חסידים קומען זיך צוזאמען בחבורה ואגודה אחת טרינקט מען דעמאלט דווקא "קאווע" אנשטאט בראנפין.
השפעות פון הימל דורכ'ן טאנצן תורה
דער שפאלא זיידע זי"ע האט אינמיטן טאנצן די הקפות געזאגט: "ווען מ'הייבט פיס, ביים טאנצ'ן איז מען מעלה עולמות,-מ'דערהייבט וועלטן, און ווען מ'לייגט דאס אראפ די פיס, ברענגט מען אראפ עולמות, גוטע השפעות פון די הימל'ישע וועלטן".
דאס טאנצן זענען תפלות.
דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געזאגט: "דאס טאנצן מיט די תורה שמחת תורה, פאר'ן באשעפער, האט דעם זעלבן כח פון תפילה".
"כל ישראל ערבים זה לזה"
עהנליך ווערט דערציילט: א דיין האט אמאהל געפרעגט פון אן עם הארץ, "פארוואס פרייסטו זיך מיט די תורה, דו האסט דאך נישט געלערנט?" האט אים דער עם הארץ צוריק געענטפערט: "יום כיפור זאג איך ווידוי 'על חטא שחטאנו לפניך בכפת שוחד', האב איך דען אמאהל גענומען שוחד, איך בין דאך נישט א דיין? נאר וואס דען? איר (דער דיין) נעמט שוחד און איך זאג ווידוי 'בכפת שוחד'. אבער מיר ווייסן דאך אז 'כל ישראל ערבים זה לזה', דערפאר זאג איך ווידוי פארדעם וואס איר האט גענומען שוחד. קומט דאך מיר אויך דעם זכות זיך צו פרייען מיט דעם וואס איר (די תלמידי חכמים) לערנען תורה"...